נאָך דעם ווי די ישׂראלדיקע פּאַרטיי־פֿירער אין דער כּנסת האָבן מיטוואָך מסכּים געווען דורכצופֿירן פֿריִע וואַלן דעם 17טן מאַרץ, האָבן צוויי ישׂראלדיקע אַנקעטעס איבערגעגעבן, אַז פּרעמיער בנימין נתניהוס פּאַרטיי וועט שטאַרק געניסן פֿון די פֿריִע וואַלן, אויב די שטימונג אין לאַנד וועט בלײַבן אַזוי ווי זי איז איצט.
לויט די אַנקעטעס, וואָלט „ליכּוד‟ אַרויס ווי די גרעסטע פּאַרטיי, כאָטש אָן אַ טאָטאַלער מאַיאָריטעט פֿון די 120 ערטער אין כּנסת. דאָס וואָלט אָבער סײַ־ווי דערמעגלעכט נתניהו צונויפֿצושטעלן די סאַמע רעכטסטע רעגירונג אין דער 66־יאָריקער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס וועט באַשטיין פֿון זײַנע איצטיקע עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע קאָאַליציע־פּאַרטנערס, ווי אויך מעגלעכע אָרטאָדאָקסישע אַליִיִרטע — אָבער אָן דער באַטייליקונג פֿון די מעסיקע פּאַרטייען.
דינסטיק האָט נתניהו אָפּגעזאָגט פֿון דער רעגירונג צוויי מיניסטאָרן פֿון די צענטריסטישע פּאַרטייען „יש עתיד‟ און „התּנואה‟: דעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד, און די יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני.
די קאָאַליציע פֿון פֿינף פֿראַקציעס איז זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן צוליב אַ ריי ענינים, אַרײַנגערעכנט אַ מחלוקת וועגן דעם בודזשעט פֿאַרן יאָר 2015, און וועגן דער לעגיסלאַציע פֿאָרמעל צו באַשטעטיקן ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה.
לויט אַ באַריכט אין „האָרץ‟, וועט נתניהוס באַשלוס פֿונאַנדערצולאָזן די רעגירנדיקע קאָאַליציע און דורכפֿירן פֿריִע וואַלן, אָפּקאָסטן דעם לאַנד בערך 2 ביליאָן שקל, אָדער 505 מיליאָן דאָלאַר.
צווישן די הוצאָות, וואָס דער באַריכט האָט אויסגערעכנט, זענען: דאָס געבן די וויילער אַ פֿרײַען טאָג אויף צו גיין שטימען, וואָס וואָלט אָפּגעקאָסט דער עקאָנאָמיע בערך 1.5 ביליאָן שקל; דאָס פֿינאַנצירן דעם וואַל־קאָמיטעט — בערך 220־250 מיליאָן שקל, און דאָס אויסטיילן וואַל־פֿאָנדן צו די פּאָליטישע פּאַרטייען — 250 מיליאָן שקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.