דער גורל האָט אַזוי אַ שפּיל געטאָן מיט מײַן טאַטן, אַ לחלוטין ניט קיין מיליטערישן מענטשן, אַז מע האָט אים צוויי מאָל גענומען אין דער רויטער אַרמיי. דאָס צווייטע מאָל, אין אויגוסט 1941, איז ער במשך פֿון איבער זעקס יאָר געווען אַ סאָוועטישער אָפֿיציר — תּחילת אין די מלחמה־יאָרן, און דערנאָך האָט ער נאָך געדינט אין דעם אָקופּירטן דײַטשלאַנד. וועגן די אַלע יאָרן האָב איך פֿונעם טאַטן ניט איין מאָל געהערט פֿאַרשיידענע געשיכטעס, סײַ טראַגישע און סײַ קאָמישע.
אַנדערש איז געווען מיט זײַן ערשטער דערפֿאַרונג אין די רייען פֿון דער רויטער אַרמיי. וועגן איר האָט ער גאָרנישט ניט דערציילט, אַ חוץ איין פֿראַזע: „אויף דער מלחמה האָט מען מיך גענומען, אָבער ביז מע האָט אונדז געפֿירט צום פֿראָנט, האָט זיך די מלחמה פֿאַרענדיקט‟. געמיינט האָט ער דערמיט די סאָוועטיש־פֿינישע מלחמה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 30סטן נאָוועמבער 1939, דאָס הייסט, מיט 75 יאָר צוריק.
אין מײַן סאָוועטישער דערציִונג, אָנגעזעטיקט מיט שטודירן העראָיִשקייט אין דער רוסישער און סאָוועטישער געשיכטע, האָט די מלחמה מיט פֿינלאַנד געשפּילט בערך אַזאַ ראָלע, ווי אין מײַן טאַטנס פּערזענלעכן לעבן: אַן עפּיזאָד, וואָס האָט געהאַט זייער אַ קליינעם באַדײַט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה — אַזאַ נאָמען האָט אויפֿן סאָוועטישן לשון באַקומען דער בלוטיקער קאַמף קעגן היטלעריסטישן דײַטשלאַנד און זײַנע שותּפֿים.
וועגן דער סאָוועטיש־פֿינישער מלחמה האָט מען זייער ווייניק גערעדט אויך צוליב נאָך איין סיבה: די קורצע, אָבער בלוטיקע מלחמה האָט בולט באַוויזן, ווי שוואַך די רויטע אַרמיי איז געווען צוגעגרייט צו ערנסטע שלאַכטן. די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן דער קליינטשיקער מדינה האָט מען פּלאַנירט צו פֿאַרענדיקן ניט שפּעטער ווי אין דרײַ וואָכן, צום 21סטן דעצעמבער, וואָס איז געווען סטאַלינס געבוירן־טאָג. אָבער די פּלענער צו לייגן אַזאַ מתּנה צו די פֿיס פֿונעם הערשער זײַנען סענסאַציאָנעל דורכגעפֿאַלן. די מלחמה האָט געדויערט אַזש 105 טעג, און טײַער אָפּגעקאָסט דעם סאָוועטישן צד — 126 טויזנט סאָוועטישע מיליטער־לײַט זײַנען אין משך פֿון דער מיליטערישער קאַמפּאַניע אומגעקומען.
דער פֿינישער צד האָט אויך פֿאַרלוירן 25 טויזנט מענטשן — זייער אַ גרויסע צאָל פֿאַר אַזאַ קליין לאַנד. און אַ היפּש ביסל טעריטאָריע האָט פֿינלאַנד געמוזט אָפּגעבן דעם סאָוועטישן אַגרעסאָר. אָבער דאָס לאַנד איז פֿון דעסטוועגן פֿאַרבליבן אומאָפּהענגיק, ס’איז ניט אָקופּירט געוואָרן ווי די דרײַ באַלטישע שכנים — ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד, וועלכע זײַנען, ווי פֿינלאַנד, ביז 1917 געווען טיילן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. פֿינלאַנד איז געווען אונטער דער ממשלה פֿון רוסלאַנד זינט 1809.
אויף דער זײַט פֿון פֿינלאַנד, וואָס האָט געהאַט אַ סך ווייניקער זעלנער און געווער, האָבן זיך אין 1939־1940 געשלאָגן טויזנטער אויסלענדישע פֿרײַוויליקע, צווישן זיי אויך ייִדן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פֿינישע ייִדן, וועלכע האָבן צוזאַמען מיט אַנדערע בירגער געדינט אין דער אַרמיי. ס’איז דאָך באַוווּסט, אַז אַפֿילו שפּעטער, ווען פֿינלאַנד האָט געפֿירט די מלחמה אויף איין זײַט מיט דײַטשלאַנד, זײַנען אין דער פֿינישער אַרמיי געווען עטלעכע הונדערט ייִדישע בירגער.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט זײַנען די באַציִונגען צווישן פֿינלאַנד און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען פֿרײַנדלעכע. מע האָט זיך געסטאַרעט ניט צו רעדן וועגן די אַלטע חשבונות. די פֿינישע אינדוסטריע האָט געפֿונען אַ גוטן מאַרק בײַ דעם סאָוועטישן שכן. פֿינלאַנד האָט זיך געהאַלטן בײַם סטאַטוס פֿון נייטראַליטעט, און איז ניט אַרײַן אין דעם צפֿון־אַטלאַנטישן מיליטערישן בלאָק „נאַטאָ‟. אַפֿילו אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג איז פֿינלאַנד אַרײַנגעטראָטן נאָר אין יאָר 1995, און אין פֿיר יאָר אַרום האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אייגענער וואַלוטע און איז אַריבער אויף יוראָ. בינו־לבינו, האָבן זיך אָפּגעהיט גוטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, דעם הויפּט־יורש פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דער פּאָליטישער קלימאַט האָט זיך לעצטנס שטאַרק געביטן. פֿינלאַנד קוקט מיט מורא אויף די געשעענישן אין אוקראַיִנע, אויף דעם ווי רוסלאַנד פֿאַרכאַפּט די טעריטאָריעס, וועלכע האָבן „היסטאָריש‟ געהערט דער רוסישער אימפּעריע. דער פֿאַרכאַפּערישער אַפּעטיט פֿון וולאַדימיר פּוטין און זײַנע חסידים לאָזט ניט צו שלאָפֿן רויִק אויך אין אַנדערע געוועזענע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אין פֿינלאַנד האָט מען גענומען רעדן וועגן דער נייטיקייט אַרײַנצוטרעטן אין „נאַטאָ‟. וועגן דעם רעדט מען אויך אין שוועדן, וואָס איז ניט געווען קיין רוסישע קאָלאָניע, אָבער פֿילט זיך ניט רויִק צוליב דער געאָגראַפֿישער נאָענטקייט צום אַגרעסיוון שכן. מאָסקווע, וווּ די אַנטי־מערבֿדיקע פּאַראַנאָיע איז איצט זייער שטאַרק, האָט פֿון איר זײַט שוין אַ זאָג געטאָן, אַז דאָס אַרײַנטרעטן פֿון פֿינלאַנד און שוועדן אין „נאַטאָ‟ קען פֿירן צו אַ דריטער וועלט־מלחמה. אָט אין אַזאַ פּאָליטישער טעמפּעראַטור מערקט מען אָפּ די 75 יאָר זינט דער סאָוועטיש־פֿינישער מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.