די רעגירונג פֿון קראָאַטיע האָט באַשלאָסן אויסצוגעבן דער ייִדישער קהילה אין זאַגרעב אַ שטח מיט אַן בנין, אויף אַ סומע פֿון בערך 4 מיליאָן דאָלאַר, ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן אייגנטום, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט בײַ די ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
לויט דער „ייִדישער וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿאַר רעסטיטוציעס‟, וועט די קהילה באַקומען אַ זעקס־שטאָקיקן בנין, צוזאַמען מיטן אַרומיקן שטח, וואָס געהערט איצט צו דער מלוכה, און געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון דער הויפּטשטאָט, ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן אַמאָליקן בנין פֿון דער אָרטיקער חבֿרא־קדישא. בעת דער מלחמה, האָבן די נאַציס אָפּגענומען דאָס אָריגינעלע הויז, און די קאָמוניסטישע רעגירונג האָט עס שפּעטער נאַציאָנאַליזירט.
דער רווח פֿונעם פֿאַרדינגען די ביוראָען אינעם נײַעם בנין וועט העלפֿן די ייִדן צו באַזאָרגן די זקנים און צו אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע קהילה־פּראָגראַמען. דניאל מאַריאַשין, דער וויצע־פּרעזידענט פֿאַר אויספֿיר־ענינים בײַ „בני־ברית‟, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט די פֿאַרמיטלער פֿון דער רעסטיטוציע־גרופּע, האָט באַטאָנט אין דער פּרעסע, אַז דער באַשלוס פֿון דער רעגירונג איז אַ וויכטיקער שריט צום אָנערקענען דעם ייִדישן חורבן אין קראָאַטיע, וואָס וועט העלפֿן צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון ייִדן אינעם לאַנד.
דער פֿאָרזיצער פֿון די אָפּעראַטיווע ענינים בײַ דער זעלבער אָרגאַניזאַציע, גדעון טיילאָר, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן גרופּע איז צופֿרידן מיטן באַשלוס. טיילאָר האָט צוגעגעבן, אַז די קהילה האָפֿט אויך צו באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר אַנדערע נאַצי־קאָנפֿיסקירטע בנינים, וואָס זענען געבליבן אָן קיין יורשים.
די זאַגרעבער חבֿרא־קדישא האָט אויפֿגעשטעלט דעם אָריגינעלן בנין אינעם יאָר 1927. אינעם יאָר 1997, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה געבעטן צו באַקומען עס צוריק. בסך־הכּל, האָבן די קראָאַטישע ייִדן אָפּגעשיקט 135 בקשות וועגן דעם געוועזענעם קהילה־אייגנטום נאָכן יאָר 1996, ווען קראָאַטיע האָט אָנגענומען דעם רעסטיטוציע־געזעץ. אַחוץ די בית־עולמס, האָבן זיי אָבער דערווײַל באַקומען בלויז 15 הײַזער.
לויט די אָרטיקע קאָמפּענסאַציע־געזעצן, קאָן מען נישט באַקומען דאָס איינגטום, וואָס די נאַציס האָבן קאָנפֿיסקירט, ווען דער חורבן האָט זיך שוין אָנגעהויבן, אָדער איבערצוגעבן עס צו די יורשים מיט אַן אויסלענדישער בירגערשאַפֿט. די הײַזער אָן יורשים האָט מען ביז לעצטנס אויך נישט געקאָנט איבערגעבן דער קהילה.
פֿאַר דער מלחמה, האָבן אין קראָאַטיע געוווינט בערך 25,000 ייִדן. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם גאַנצן לאַנד בלויז אַרום 2,000 נפֿשות. ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן וווינען אין זאַגרעב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.