סקווערער רבי לאָזט נישט אויסזאָגן פֿון חדר

Rebbe of New Square Keeps Lid on Its Secrets

דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי
ARIT126
דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי

פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published December 05, 2014, issue of January 02, 2015.

ניו־סקווער, נ״י. — ווען דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי, גייט דאַווענען, טוט ער עס נישט אינעם הויפּט בית־מדרש, ווי זײַנע חסידים, נאָר דווקא אַליין — אין אַ באַזונדערן צימער. און ווען ער פֿאַרענדיקט צו זאָגן שמונה־עשׂרה, קלאַפּט ער אין דער וואַנט ווי אַ סימן צו די מתפּללים, אַז ער איז פֿאַרטיק, און ערשט דעמאָלט קענען די מתפּללים ממשיך זײַן מיטן דאַווענען.

בכלל לעבט טווערסקי ממש ווי אַ מלך. זײַן הויז אין ניו־סקווער האָט אַן אייגענע מיקווה, ספּעציעל געבויט פֿאַר אים און זײַנע זין; און ווען ער פֿילט אַ באַדערפֿעניש צו „אַנטלויפֿן‟ אַ ביסל, זעצט ער זיך אַרײַן אין אַ טײַערן שוואַרצן „קאַדילאַק‟, וווּ דער שאָפֿער פֿירט אים צו זײַן וואַקאַציע־היים לעבן אַן אָזערע אין נײַאַק, ניו־יאָרק — אַ היים, וואָס האָט אַ ווערט פֿון עטלעכע מיליאָן דאָלאַר — און האָט דאָרט אויך אַ מיקווה. ס׳רובֿ פֿון זײַנע חסידים לעבן, אָבער ווײַט פֿון אַזאַ לוקסוס; פֿאַרקערט, מער ווי אַ העלפֿט געפֿינען זיך אונטער דער אָפֿיציעלער אָרעמקייט־ליניע.

בײַ דרויסנדיקע זעט אַזאַ קיניגלעכע פּריווילעגיע אפֿשר אויס אומיושרדיק, אָבער בײַ זײַנע חסידים איז ער אַ צדיק מיט גאָט־געבענטשטער חכמה.

טאַקע דערפֿאַר האָבן די טאַטע־מאַמע פֿונעם 14־יאָריקן לייבי שטערן געהאַט אַזאַ האָפֿענונג, ווי אויך פּחד, ווען זיי זענען געקומען צום רבין אין 2006, כּדי אים צו דערציילן דעם שרעקלעכן סוד, וואָס בלויז ער קען זיי דערמיט העלפֿן. זייער זון האָט זיי ערשט געהאַט דערציילט, אַז זייער שכן, משה־מנחם טויבענפֿעלד, אַ 55־יאָריקער טאַטע פֿון 20 קינדער און אַ חשובֿער מגיד־שיעור, האָט פֿינף יאָר לאַנג זיך סעקסועל געטשעפּעט צו אים.

לייבי, וועלכער איז איצט 21 יאָר אַלט, האָט מיר געזאָגט בעת אַן אינטערוויו לעצטנס: „ער האָט מיך אַרײַנגענומען אין אַ צימער, מיר געהייסן אַראָפּשלעפּן די הויזן און מיך אָנגעהויבן טאַפּן אין די אינטימע ערטער. כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס דאָ קומט פֿאָר. כ׳בין געווען 8 יאָר אַלט. ער האָט מיר געזאָגט: ׳דערצייל קיינעם נישט. זאָל עס בלײַבן צווישן אונדז׳.‟

אָבער ווען לייביס עלטערן האָבן, שטאַמלענדיק, דערציילט דעם רבין, פֿאַר וואָס זיי זענען געקומען, האָט טווערסקי געענטפֿערט: „איך ווייס נישט, און איך גלייב נישט!‟

„די באַשולדיקונג האָט אים, ווײַזט אויס, גוט דערשטוינט,‟ האָט אַבֿרהמי שטערן, לייביס עלטערער ברודער, וועלכער האָט דעמאָלט באַגלייט די עלטערן, געזאָגט. די משפּחה איז אַרויס פֿונעם רבינס קאַבינעט טרויעריקע, דערשראָקענע און אָן שום אַנונג וואָס צו טאָן ווײַטער.

במשך פֿון די קומעדיקע חדשים האָט די משפּחה געשיקט לייבי אויף פּסיכאָטעראַפּיע, אָבער קיינעם נישט דערציילט, כּדי נישט צו באַפֿלעקן זייער שם, בפֿרט וואָס שייך די שידוכים. די הוצאָות זענען אָבער געווען אַ סך צו הויך, איז לייביס מאַמע ווידער געקומען צום רבין, בעטן ער זאָל העלפֿן באַצאָלן. „ער האָט זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון, און געהייסן איר פֿאַרשווײַגן דעם גאַנצן ענין,‟ האָט לייביס ברודער געזאָגט.

דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס דער סקווערער רבי האָט פֿאַרשוויגן אַ פֿאַל פֿון סעקסועלע מיסברויכן. ווען אַ 20־יאָריקע אײַנוווינערין, דעב טאַמבור, האָט אין יאָר 2000 דערציילט דעם רבין, אַז אַ נאָענטער קרובֿ האָט זי סעקסועל באַלעסטיקט זינט די קינדער־יאָרן, האָט ער געענטפֿערט: „איר זאָלט קיינעם נישט זאָגן, אַז איר האָט גערעדט מיט מיר וועגן דעם!‟ זי האָט שפּעטער פֿאַרלאָזט די קהילה און האָט פֿאַראַיאָרן, צו 33 יאָר, נאָך לאַנגע יאָרן מיט דעפּרעסיע, זיך טראַגיש גענומען דאָס לעבן.

אייב ווײַס, אויך אַ געוועזענער סקווערער חסיד, וועלכער האָט שפּעטער זיך פֿאַרליבט אין דעב טאַמבור, האָט צו 18 יאָר געפּרוּווט זאָגן טווערסקין וועגן דעם וואָס זײַן מלמד אין וויליאַמסבורג האָט געטאָן: ער האָט אים געפֿירט אינעם קעלער פֿונעם חדר, אַראָפּגעשלעפּט דעם ייִנגלס הויזן און אים פֿאַרגוואַלדיקט. דערהעדנריק אַזאַ זאַך, האָט טווערסקי תּיכּף אויסגערופֿן צו זײַנע באַגלייטער: „נעמט דעם שגץ אַרויס פֿון דאָ!‟

לייבי שטערן און זײַן משפּחה זענען לסוף געגאַנגען צו דער פּאָליציי, און אין יאַנואַר 2015, הייבט זיך טאַקע אָן דער מישפּט קעגן משה־מנחם טויבענפֿעלד אין ראָקלאַנד־קאַונטי. עס באַדראָט אים אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.

לייבי שטערנס באַשלוס נישט צו פֿאַרשווײַגן דעם ענין, קאָן זײַן דער ערשטער שפּאַלט אין דער שטרענגער איזאָלירטקייט פֿון ניו־סקווער, וואָס טווערסקי האָט ביז איצט באַהערשט מיט אַן אײַזערנער האַנט. „אין סקווער קאָן קיינער נישט קריגן קיין פֿאָר־ליצענץ אָנעם דערלויבעניש פֿונעם רבין,‟ האָט פּינחס דירנפֿעלד, אַ געוועזענער סקווערער חסיד, געזאָגט. „און אויב מע וויל זיך אַריבערקלײַבן פֿון וויליאַמסבורג קיין באָראָ־פּאַרק, דאַרף מען אויך בעטן דערלויבעניש.‟ מענער און פֿרויען טאָרן אויך נישט גיין אויפֿן זעלבן טראָטואַר.

„ס׳רובֿ חסידים מיינען, אַז דער רבי פֿאַרמאָגט ניו־סקווער און דערפֿאַר קען ער עס פֿירן ווי ער פֿאַרשטייט,‟ האָט באַמערקט שלום דין, אַ געוועזענער סקווערער חסיד. לויטן געזעץ אָבער פֿאַרמאָגט טווערסקי גאָרנישט: נישט דעם קאַדילאַק; נישט דעם ׳טאָיאָטאַ׳, וואָס זײַן פֿרוי ניצט מיט איר אייגענעם שאָפֿער, און נישט די מולטי־מיליאָן־דאָלאַרדיקע וואַקאַציע־היים אין נײַאַק.

אין 2008 האָט די קהילה, מיט דער הילף פֿון דער אָרטאָדאָקסישער אַגענטור „אוהל‟ באַשטימט אַ ועד פֿון זעקס אָנגעזעענע עסקנים צו באַהאַנדלען פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. אָבער ווען די פֿרומע צײַטונג The Jewish Star האָט אין 2010 געפֿרעגט דעם פֿאָרזיצער פֿונעם ועד, צי דער ועד וואָלט איבערגעגעבן דער פּאָליציי וועגן באַשולדיקונגען פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער, האָט ער נישט געענטפֿערט. פֿאַראַיאָרן האָט דער נײַעס־קאַנאַל 12 פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי געמאָלדן, אַז די רעליגיעזע פֿירער פֿון ניו־סקווער האָבן אַפֿילו געהאָלפֿן אַ סעקסועלן באַלעסטיקער צו אַנטלויפֿן קיין ישׂראל.

יענער באַלעסטיקער, הערשל טויבענפֿעלד, איז אַ ברודער פֿון לייבי שטערנס אַטאַקירער, משה־מנחם טויבענפֿעלד. יאָסי, אַ בחור פֿון ניו־סקווער, האָט איבערגעבן דעם קאַנאַל 12, אַז הערשל טויבענפֿעלד האָט זיך געטשעפּעט צו אים דרײַ מאָל אַ וואָך, במשך פֿון פֿיר חדשים, בעת ער האָט כּלומרשט געדינט ווי יאָסיס עצה־געבער.

ווען יאָסי האָט דערציילט דעם ועד וועגן דעם, האָבן זיי בלויז געשיקט טויבענפֿעלד צו אַ סאָציאַלן אַרבעטער בײַ „אוהל‟, הילל שטערנשטיין. אַ באַזאָרגטער האָט דער 16־יאָריקער בחור עס דערציילט דער פּאָליציי, און האָט זיי אַפֿילו צוגעהאָלפֿן מיט דער אויספֿאָרשונג. ער האָט בסוד רעקאָרדירט אַ שמועס מיט טויבענפֿעלד, בעת וועלכן דער מאַן האָט מיט טרערן געבעטן בײַ אים מחילה פֿאַר האָבן באַלעסטיקט אים. אָבער איידער די פּאָליציי האָט אים געקאָנט אַרעסטירן, האָבן די עסקנים פֿון ניו־סקווער אַוועקגעשיקט טויבענפֿעלד קיין ישׂראל זיך צו לערנען אין אַ ישיבֿה.

יאָסי זאָגט, אַז טויבענפֿעלד האָט זיך אויך געוואָנדן צו עטלעכע פֿון זײַנע קרובֿים, זאָגנדיק, אַז ער איז גרייט זיי צו באַצאָלן $100,000, אויב זיי וועלן אָפּלאָזן דעם לעגאַלן ענין. קענעט גריבעץ, טויבענפֿעלדס אַדוואָקאַט, לייקנט די דאָזיקע באַשולדיקונג.

ווען טויבענפֿעלד איז, סוף־כּל־סוף, צוריקגעקומען קיין אַמעריקע, האָט ער זיך אונטערגעגעבן פֿאַר דער פּאָליציי. דער הויפּט־פּראָקוראָר טאָמאַס זוגיבע האָט אויסגעדונגען בײַ אים אַ שולד־אָפּמאַך: זאָל טויבנפֿעלד זיך דערקלערן שולדיק, און דערפֿאַר וועט ער בלויז באַקומען זעקס יאָר ערנוואָרט אַנשטאָט תּפֿיסה. דער איינציקער תּנאי: זײַן נאָמען וועט איצט פֿיגורירן אין דער ליסטע פֿון סעקסועלע פּרעדאַטאָרן. וכּך־הווה.

אָבער אין אויגוסט 2013 האָט דער קאַנאַל 12 אויסגעפֿונען אַ שטוינענדיקע זאַך: טויבנפֿעלד אַרבעט ווײַטער ווי אַ מלמד אין אַ חדר אין ניו־סקווער.

„ס׳איז גלײַך ווי אַ פּאַטש אין פּנים,‟ האָט יאָסי געזאָגט. „אַלע מײַנע באַמיִונגען זענען געווען אומזיסט.‟