נישט לאַנג צוריק, האָב איך בעת אַ שמועס מיט אַ פֿרומען חבֿר אין אַ שיל באַמערקט, אַז אַבֿרהם אָבֿינוס עלטסטער זון, ישמעאל, איז געווען דער ערשטער בעל־תּשובֿה. שׂרה האָט אים פֿאַרטריבן ווי אַן „אָפּגעפֿאָרענעם‟, אָבער סוף־ימיו איז ער געוואָרן ווידער אַן עכטער צדיק, ווי עס שטייט געשריבן אין די קלאַסישע פּירושים. עס באַקומט זיך, אַז ישמעאל, וואָס אַ ריי באַקאַנטע ספֿרים האַלטן אים פֿאַר אַ ייִד, איז געווען אַ מין פּראָטאָטיפּ פֿאַר אַלע קומענדיקע בעל-תּשובֿות.
אין דער הײַנטיקער פּרשה, „וישלח‟, לייענען מיר ווײַטער וועגן דעם מחלוקת צווישן יעקבֿ און עשׂו. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט די דאָזיקע מעשׂה אָפּגעטײַטש אין ייִדישקייט ווי אַ רמז אויף די באַציִונגען צווישן ייִדן און קריסטן. עשׂו אָדער אדום ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער קריסטלעכער רעליגיע און מיט דער רוימישער אימפּעריע, ווי אויך מיט דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע בכלל, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ המשך פֿון רוים. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דווקא רוים און די מערבֿדיקע וועלט ווערט אַסאָציִיִרט אין דער ייִדישער טראַדיציע מיטן אימפּעריאַליזם און גוואַלד.
אַזוי צי אַזוי, אויב ישמעאל ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער איסלאַמישער ציוויליזאַציע, און עשׂו — מיט די קריסטן, וווּהין זאָל מען אַרײַנפּאַסן אַבֿרהמס שפּעטערדיקע זין פֿון זײַן פֿרוי קטורה, מיט וועלכער ער האָט חתונה געהאַט נאָך שׂרהס פּטירה?
רש״י ברענגט דעם מדרש, לויט וועלכן הגר, ישמעאלס מאַמע, איז די זעלביקע פֿרוי, ווי קטורה; צוליב איר צידקות האָט זי באַקומען אַ נײַעם נאָמען, פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „קטורת‟. די תּורה זאָגט, אַז אַבֿרהם האָט אַוועקגעשיקט זײַנע שפּעטערדיקע זין מיט מתּנות אין אַ „מיזרחדיק לאַנד‟. דער מדרש דערקלערט, אַז ער האָט זיי איבערגעגעבן געוויסע מיסטישע חכמות. עס שילדערט זיך אַ געשטאַלט פֿון אַ קולטור, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט נאָך ווײַטער אויף מיזרח פֿון די אַראַבישע „בני־ישמעאל‟.
דאָס 17סטע יאָרהונדערט איז געווען אַ תּקופֿה פֿון גרויסע געאָגראַפֿישע אַנטדעקונגען. אויף זייער וועג, זענען די אייראָפּעיִשע קאָלאָניזאַטאָרן באַגאַנגען שרעקלעכע פֿאַרברעכנס, וואָס שטימען טאַקע מיט דער דערמאָנטער אַלטער אַסאָציאַציע פֿון דער קריסטלעכער ציוויליזאַציע מיט רציחה. צו זייער חידוש, האָבן די אייראָפּעער אויך אויסגעפֿונען, אַז אין די ווײַטע לענדער וווינען נישט „ווילדע באַרבאַרן‟, נאָר די שאַפֿער פֿון גאָר אַנטוויקלטע ציוויליזאַציעס.
אינעם יאָר 1947, נאָך אַ לאַנג־יאָריקן אויפֿשטאַנד, האָט אינדיע דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט פֿון דער בריטישער אימפּעריע. ערשט שפּעטער, דעם 1טן נאָוועמבער 1954, האָבן די פֿראַנצויזישע אימפּעריאַליסטישע קאָנקורענטן זיך אַרויסגעצויגן פֿונעם שטח אַרום דער שטאָט פּודוטשערי, וווּ מע האָט הײַיאָר אָפּגעמערקט דעם 60סטן נאַציאָנאַלן באַפֿרײַונג־טאָג.
די באַרימטסטע ייִדישע אײַנוווינערין פֿון פּודוטשערי איז געווען די פּאַריזער ספֿרדישע פֿרוי מיראַ אַלפֿאַסאַ, די עיקר־תּלמידה פֿונעם גרויסן הינדו־חכם שרי אָראָבינדאָ, וועלכע האָט אָרגאַניש אַרײַנגעפֿלאָכטן אין איר שיטה אַ ריי עלעמענטן פֿון קבלה. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון איר רבין, איז שווער צו באַשטימען דעם מקור פֿון אירע געדאַנקען, ווײַל ביידע גײַסטיקע טראַדיציעס קלינגען אָפֿט גאַנץ ענלעך, נישט געקוקט אויף שאַרפֿע אויבערפֿלעכלעכע חילוקים. דער מגן־דוד, אַלפֿאַסאַס סימבאָל פֿון אָראָבינדאָס „אינטעגראַלער יאָגע‟, ווערט ברייט באַנוצט סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ הינדוסן.
ס׳איז שווער צו זאָגן, ווען ייִדן האָבן אָנגעהויבן אַסאָציִיִרן די בני־קטורה מיט אינדיע. הרבֿ מנשה בן ישׂראל, געבוירן מיט 410 יאָר צוריק אויפֿן פּאָרטוגאַלישן אינדזל מאַדייראַ אינעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, האָט פֿאַרשפּרייט דעם דאָזיקן געדאַנק אין דער ייִדישער וועלט.
בן ישׂראל איז זיכער געווען איינער פֿון די חידושדיקסטע ייִדן פֿון זײַן דור, וועלכער האָט זיך געחבֿרט מיט רעמבראַנדט און האָט משפּיע געווען אויף אָליווער קראָמוועל, כּדי מע זאָל דערלויבן די ייִדן צו באַזעצן זיך ווידער אין ענגלאַנד, פֿונוואַנען דער קיניג עדוואַרד דער ערשטער האָט זיי פֿאַרטריבן מיט 350 יאָר פֿריִער.
זײַענדיק אַ פּראָמינענטער רבֿ, מקובל, שרײַבער, אַן ערודיט אין וועלטלעכע ענינים, דיפּלאָמאַט און דער גרינדער פֿון דער ערשטער ייִדישער דרוקערײַ אין אַמסטערדאַם, האָט בן־ישׂראל אַרויסגעוויזן אַ לעבעדיקן אינטערעס סײַ צו די נײַסטע געאָגראַפֿישע אַנטדעקונגען, סײַ צו כּלערליי פֿאָלקלאָרישע מאַטעריאַלן פֿון די פֿריִערדיקע תּקופֿות. ער באַמערקט, אַז אין אינדיע, אַזוי ווי בײַ ייִדן, גלייבט מען אין גילגולים. דערצו, רופֿט מען די הינדו־גלחים „ברהמינים‟ — אַבֿרהם אָבינוס קינדער. דערפֿאַר, לויט זײַן סכעמע, האָבן זיי פֿאַרלייגט די ייִדישע קבלה־יסודות פֿון דער הינדויִסטישער ציוויליזאַציע.
אין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטלעכע אייראָפּעער, האָבן די ייִדן אין מוסולמענישע לענדער בעסער געוווּסט, אַז אינדיע, וואָס געפֿינט זיך בשכנות מיט פּערסיע, איז אַ צענטער פֿון גרויסע חכמות. רבי אַבֿרהם אבן־עזרא באַנוצט זיך מיט די אינדישע חכמות אין זײַנע אַסטראָלאָגישע חשבונות; ער איז געווען דער ערשטער באַקאַנטער אייראָפּעער, וועלכער האָט זיך באַנוצט מיט דער אינדיש־אַראַבישער שיטה פֿון צען ציפֿערן, וועלכע האָט געביטן דאָס פּנים פֿון דער אייראָפּעיִשער מאַטעמאַטיק. זײַן מיטצײַטלער, רבי אַבֿרהם בר חייא, באַשרײַבט אין זײַן ספֿר „מגילת־המגלה‟ די הינדו־טעאָריע פֿון קאַלפּעס, ריזיקע קאָסמישע ציקלען פֿון 4,320,000 יאָר, הגם ער אַליין נעמט זי נישט אָן.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז רבי סעדיה גאָון האָט אינעם 10טן יאָרהונדערט, וווינענדיק אינעם מוסולמענישן מיטל־מיזרח, אויסגענוצט בן ישׂראלס אַרגומענט אויף קאַפּויער. ער האָט געמיינט, אַז די אמונה אין גילגולים בײַ ייִדן איז אַ פֿרעמדע השפּעה פֿון אינדיע.
בן ישׂראלס קולטוראָלאָגישע טעאָריעס זענען געווען פּאָפּולער צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. די רעדאַקטאָרן פֿון דער פּאָפּולערער ענציקלאָפּעדיע „אוצר ישׂראל‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין ניו־יאָרק פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, גייען נאָך ווײַטער און לייגן פֿאָר אַ השערה, אַז די הינדוסן און בודיסטן שטאַמען פֿון די פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים, צוליב די קולטורעלע ענלעכקייטן צו ייִדישקייט.
די דאָזיקע השערה האָט געשטיצט דער באַקאַנטער פּלאָנסקער רבֿ, צבֿי־יחזקאל מיכלזאָן. אויפֿן סמך פֿון „אוצר ישׂראל‟, איז ער אינעם יאָר 1928 געווען אויך באַוויליקט אַרײַנצושרײַבן אין דער רשימה פֿון מעגלעכע עשׂרת־השבֿטים שיִער נישט די גאַנצע וועלט, אַרײַנגערעכנט די דײַטשן. אַזאַ דעה קאָן מען הײַנט דערמאָנען ווי אַ טראַגישן קוריאָז, ווײַל מיט 14 יאָר שפּעטער איז דער דאָזיקער רבֿ פֿאַרטיליקט געוואָרן אין טרעבלינקע.
פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און אינדיע טרעפֿן זיך אַמאָל אין גאַנץ אומדערוואַרטע ערטער. אינעם יאָר 1894 איז אין מונקאַטש אַרויס די קבלה־זאַמלונג „ילקוט משה‟. אַחוץ די הסכּמות פֿונעם קאָמאַרנער רבין און אַנדערע חסידישע רביים, איז עס באַגלייט מיט די בריוו פֿון די באָמבייער און קאַלקוטער רבנים, ווי אויך אַ גאַנצע ריי ספֿרדים פֿון אַנדערע לענדער. אַ טייל פֿונעם ספֿר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מיסטעריעזן אַפּאָקריף וועגן אַסטראָלאָגישע חשבונות און גורלות, כּלומרשט פֿון דניאל און יוסף־הצדיק, וווּ עס ווערן ציטירט פֿאַרשיידענע חכמות פֿון אינדיע און פּערסיע. דעם עקלעקטישן כאַראַקטער פֿונעם ספֿר אילוסטרירט אַ תּפֿילה, וועלכע הייבט זיך אָן מיט די ערשטע פּאָר פּסוקים פֿונעם קאָראַן, איבערגעטײַטשט אויף לשון־קודש.
מאָנטיק די וואָך, האָט עמעצער אָנגעהויבן אויף דער פּאָפּולערער חרדישער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟ אַ גאַנצע דיסקוסיע וועגן הינדויִזם. דער מחבר האָט דערציילט, אַז מיט עטלעכע טעג צוריק האָט זײַנער אַ מיטאַרבעטער, אַ הינדוס, פֿאַרלוירן זײַן טאַטן. דער פֿרומער ייִד האָט זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט מנדבֿ צו זײַן געלט פֿאַר זײַן לוויה, ווײַל „הינדויִזם איז דאָך אַ בפֿירושע עבֿודה־זרה‟. ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם שמועס האָבן מסכּים געווען, אַז דאָס איז געווען ריכטיק צו טאָן.
שטעלט זיך פֿאָר, ווען אַ קאָנסערוואַטיווער קריסט וואָלט זיך אַזוי באַצויגן צו אַ ייִדישער לוויה. אַחוץ דעם אומעטישן כאַראַקטער פֿון דער מעשׂה, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער שאַרפֿער אונטערשייד פֿון די אַמאָליקע נײַגעריקע רבנים, וועלכע האָבן געוואָלט אײַנזען אין אינדיע דווקא אַ שײַכות צו ייִדישקייט. להיפּוך, האָט קיינער אויף דער הײַנטיקער פֿרומער וועבזײַט נישט אַרויסגעוויזן וועלכן־ניט־איז אינטערעס צו דער קולטור פֿון די הינדוסן.
אין דער אמתן, האָבן אַ סך מוסולמענישע שכנים פֿון הינדוסן נאָך מיט אַ 1000 יאָר צוריק באַמערקט, אַז אין אינדיע גלייבט דער עולם, אויף זייער אייגענעם שטייגער, אויך אין איין גאָט, נישט געקוקט אויף די „משונהדיקע‟ סטאַטועס אין זייערע טעמפּלען. יצחק רײַטפּאָרט, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער רבֿ פֿון ברוקלין, וועלכער האָט זיך טאַקע מטריח געווען צו באַקענען זיך מיט הינדויִזם, דערמאָנט דעם דאָזיקן אַרגומענט אין זײַן היתּר צו טראָגן אַ פֿרויען־שײַטל פֿון אינדיע. מיט צען יאָר צוריק איז אויף דער חרדישער גאַס אויסגעבראָכן אַ מחלוקת וועגן זיי. אַ סך חרדישע קעמפֿער קעגן געצנדינערײַ האָבן זיי פֿאַרווערט און פֿאַרברענט, צווינגענדיק די פֿרויען צו באַצאָלן ריזיקע סומעס אויף נײַע, „כּשרע‟ שײַטלעך. אַדרבה, די נעגאַטיווע סטערעאָטיפּישע באַציִונג צום כּלומרשט „געצנדינערישן‟ הינדויִזם איז גיכער אַ קריסטלעכער סטערעאָטיפּ פֿון דער פֿינצטערער קאָלאָניאַלער תּקופֿה.
נישט ווייניק הײַנטיקע בעל־תּשובֿות קומען צו ייִדישקייט דורך די ווײַט־מיזרחדיקע גײַסטיקע טראַדיציעס. אין פֿאַרגלײַך מיט די האַלב־אַסימילירטע און מאַטעריאַליסטישע „דזשויִשע‟ סבֿיבֿות, קלינגען זיי אָפֿט נענטער צו קבלה און חסידות. צי אין דער טאָעריע וועגן אַבֿרהם אָבֿינוס שײַכות צו אינדיע שטעקט אַ טראָפּן פֿונעם היסטאָרישן אמת, צי נישט, דאַכט זיך מיר, אַז אַנשטאָט צו פֿירן צווייפֿלהאַפֿטיקע עם־הארצישע פּילפּולים וועגן „עבֿודה-זרה‟, איז כּדאַי צו קוקן אויף אַנדערע מענטשלעכע קולטורן מיט אַ לעבעדיקער סימפּאַטיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.