דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט איינשטימיק גוטגעהייסן אַ געזעץ־פּראָיעקט צו פֿאַרשטאַרקן די אַליאַנץ צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
מיטוואָך אין אָוונט, דעם 3טן דעצעמבער, האָט דאָס הויז אָנגענומען דעם „אַקט פֿון סטראַטעגישער פּאַרטנערשאַפֿט צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן יאָר 2014‟, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז מדינת־ישׂראל אין אַ „וויכטיקער סטראַטעגישער שותּף‟. דער נײַער דאָקומענט פֿאַרברייטערט די רעכט צו ברענגען דאָס אַמעריקאַנער וואָפֿן קיין ישׂראל און דעם האַנדל־סטאַטוס פֿונעם ישׂראלדיקן עקספּאָרט.
דער סענאַט האָט איינשטימיק אָנגענומען דעם דאָזיקן דאָקומענט אין סעפּטעמבער. איצט דאַרף אים נאָך אונטערשרײַבן דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.
דער געזעץ־פּראָיעקט רעקאָמענדירט אויך אײַנצושליסן ישׂראל אין דער אַמעריקאַנער פּראָגראַם, וואָס דערלויבט די בירגער פֿון געוויסע לענדער צו באַזוכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָן אַ וויזע, אויב ישׂראל שטימט אײַן מיט געוויסע תּנאָים. מע פּלאַנירט אויך צו פֿאַרברייטערן די קאָאָפּעראַציע צווישן די צוויי לענדער אין די געביטן פֿון ענערגיע, וואַסער, זיכערהייט, אַגריקולטור און אַלטערנאַטיווע ברענשטאָף־טעכנאָלאָגיעס.
אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַדאַנקט די רעגירונג פֿאַרן גוטהייסן דעם פּראָיעקט. „אייפּעק‟ האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז „אַ היסטאָרישער שריט‟, וואָס וועט „דראַמאַטיש ווירקן‟ אויפֿן שותּפֿות צווישן די צוויי לענדער, ווי אויך צו באַהאַנדלען צוזאַמען די נײַע דראָונגען און סכּנות אויפֿן מיטל־מיזרח.
דזשערי סילווערמאַן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס‟ אין צפֿון־אַמעריקע, האָט באַמערקט, אַז דער נײַער דאָקומענט וועט „מאַכן קלאָר פֿאַר גאַנצער וועלט‟, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל זענען סטראַטעטישע שותּפֿים פֿון דער „העכסטער מדרגה‟. סילווערמאַן האָט צוגעגעבן, אַז דער געזעץ־פּראָיעקט ווײַזט, אַז ישׂראל וועט „אַלעמאָל‟ קאָנען זיך פֿאַרלאָזן אויף דער הילף מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.