פֿון די הונדערטער נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן, װעלכע זײַנען אױפֿגעקומען אין 19טן יאָרהונדערט, איז שװער צו געפֿינען אַ ליטעראַטור, װעלכע איז אַזױ אימפּעטיק אַרױף אױפֿן ליטעראַרישן אָלימפּ, װי דאָס האָט געטאָן די ייִדישע ליטעראַטור; און פֿון דער צװײטער זײַט, איז ניטאָ קײן אײן נאַציאָנאַלע ליטעראַטור אױף דער װעלט, אַחוץ דער ייִדישער, װעלכע איז אַזױ שנעל און אומגעריכט אומגעקומען געװאָרן.
די געשיכטע, װי באַװוּסט, שפּילט אַ מאָל אָפּ אומפֿאָרויסזעעוודיקע שפּיצלעך; און גלײַך מיט דעם האָט מען געקענט פֿאָרױסזען, אַז די הײסע ליבע צום געדרוקטן װאָרט, צום בוך, װעלכע האָט שטענדיק פֿאַרמאָגט אין זײַן האַרצן דאָס ייִדישע פֿאָלק, װעט אױב ניט הײַנט, טאָ מאָרגן זיך אױסצײכענען אין אַן עמאָציאָנאַלן מאַסנװײַזן שעפֿערישן „אױפֿרײַס‟. אין פֿיזיק רופֿט מען דאָס אָן — אַן עפֿעקט פֿון דער אָנגעצױגענער פּרוזשינע, אָדער אײַנגעפּרעסטער ענערגיע.
פּונקט אַזױ איז דאָס געשען מיט דער ייִדישער קינסטלערישער ליטעראַטור. װאָס מער בירגערלעכע רעכט האָט באַקומען דאָס ייִדישע פֿאָלק, אַלץ שנעלער און ברײטער האָט זיך אַנטװיקלט די ייִדישע ליטעראַטור. אין אונטערשײד פֿון די אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן, האָט די ייִדישע קײן מאָל ניט געהאַט קײן מלוכישע גרענעצן און איז געװען קלאָר און פֿאַרשטענדלעך דעם ייִדישן לײענער סײַ אין פֿראַנקרײַך, סײַ אין אַרגענטינע און סײַ אין אוגאַנדע; די ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך ניט גענײטיקט אין אַ טאָלמאַטש.
דעם אוניקאַלן, ממש אינטערנאַציאָנאַלן סעמאַנטישן אוצר, װעלכן עס פֿאַרמאָגט ייִדיש, קען מען פֿאַרגלײַכן מיט דער הײַנטצײַטיקער קיבערנעטישער סעמאַנטיק. זי װײסט ניט פֿון קײן שפּראַך־און מלוכה־גרענעצן. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז אױך ענגליש, שפּאַניש, פֿראַנצײזיש און פּאָרטוגעזיש האָבן „פֿאַרכאַפּט‟ לענדער און קאָנטינענטן, אָבער אין אונטערשײד צו די־אָ גרױסע שפּראַכן, איז ייִדיש קײן מאָל ניט געװען קײן שפּראַך פֿון די „פֿאַרכאַפּערס און אונטערדריקערס‟, נאָר אַ רײנער קאָמוניקאַציע־מיטל.
הײַנט, װען מיר שטײען אױפֿן שװעל פֿונעם שטילן אומקום פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער ליטעראַטור, איז זײער אינטערעסאַנט און װיכטיק די מײנונג פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע ליטעראַטור־קריטיקער, װעלכע זײַנען גוט באַקאַנט מיט די אַנטװיקלונגס־טענדענצן סײַ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און סײַ מיט די אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן. צוליב די אָביעקטיװע היסטאָרישע סיבות, איז דער ייִדישער „פֿאָרװערטס‟ הײַנט די אײנציקע טעגלעכע צײַטשריפֿט, װעלכע באַקענט דעם לײענער מיט נײַע ביכער, װעלכע זײַנען אַזױ צי אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טעמאַטיק.
צװישן די ייִדישע רעגולערע ביבליאָפֿילישע איבערזיכט־אױסגאַבעס, װעלכע װערן געדרוקט אױף ניט־ייִדישע שפּראַכן, איז טאַקע אפֿשר אײנער פֿון די אינטערעסאַנטסטע דער סאַנקט־פּעטערבורגער „עם הספֿר עם הספֿר‟ — „דאָס פֿאָלק פֿונעם ספֿר מיט אַ בוך‟, רעדאַגירט פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל. װי איך פֿאַרשטײ, איז דאָ אַ געװיסער אונטערשײד צװישן דער װיסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור־פֿאָרשונג און דער ליטעראַטור־קריטיק, װײַל די לעצטע רעדט מער מיטן לײענער, און די ערשטע מיט די מומחים. אין רוסלאַנד האָבן קײן מאָל ניט אויסגעפֿעלט קײן גוטע ליטעראַטור־קריטיקער, און פּונקט אַזױ װי אין מערבֿ־אײראָפּע, געפֿינען זיך אױך די הײַנטצײַטיקע רוסישע קריטיקער אונטער דער השפּעה פֿון די פֿונדאַמענטאַלע טעאָריע־װערק פֿונעם גרױסן רוסישן פֿילאָסאָף און ליטעראַטור־פֿאָרשער מיכאַיִל באַכטין (1895–1975).
דװקא באַכטינען געהערט דער ליטעראַרעשער טערמין „כראָנאָטאָפּ‟, ס’הײסט, דער ליטעראַרישער רױם, אין װעלכן עס טרעפֿן זיך די „צײַט‟ און דער קאָנקרעטער געאָגראַפֿישער פּונקט. כּדי ניט צעשמירן די קאַשע איבערן טעלער, װעל איך גלײַך זאָגן, אַז מיר, װי אַ ייִדישן שרײַבער, איז געװען גאָר אינטערעסאַנט צו לײענען דעם אַרטיקל „אַן אמתער ייִדישער דיכטער‟ פֿון װאַלערי דימשיץ אינעם דערמאָנטן זשורנאַל, געװידמעט דער שעפֿערישער טעטיקײט פֿון לעװ בערינסקי.
דעם אינטערעס מײַנעם האָבן אַרױסגערופֿן ניט אַזױ די באַװײַזן פֿונעם קריטיקער, אַז בערינסקי פֿאַרנעמט גאָר אַ באַזונדער בכּבֿודיק אָרט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, דאָס איז ניט קײן נאָװינע; מיר איז אינטערעסאַנט דער זײער זעלטענער אין דער ייִדישער ליטעראַטור־קריטיק „באַכטינסקער‟ צוגאַנג אינעם שילדערן דעם טרעפֿפּונקט „צײַט־פּאָעט־אָרט‟.
„די צײַט דריקט זיך אױס אױפֿן שטח. כּדי צו דערגרײכן די צוקונפֿט אָדער זיך אומקערן אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, איז אַ מאָל גענונג צו פֿאַרפֿאָרן אױף פֿופֿציק קילאָמעטער רעכטס אָדער לינקס‟, — מיט די װערטער הײבט דימשיץ אָן זײַן אַרטיקל. אַן אַװאַנגאַרדיסטישער שרײַבער קען מען װערן סײַ מיט אַ קפֿיצת־הדרך אין דער קולטור פֿון דער נאָענטער צוקונפֿט און סײַ מיט אײַנטונקען זיך אין דער קולטור פֿון דער װײַטער פֿאַרגאַנגענהײט. עס איז ניט װיכטיק די שיטה, װיכטיק איז די קאָאָרדינאַטן־סקאַלע.
לױט דער מײנונג פֿון די אָפֿיציעלע און ניט־אָפֿיציעלע ניט־ייִדישע „מומחים אין דער ליטעראַטור‟ פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור געװען אַ פּראָדוקט פֿון אַן „אָפּגעשטאַנענער‟ ייִדישער שטעטל־באַפֿעלקערונג. הײַנט, טענהט דימשיץ, איז ייִדיש געװאָרן אַ שפּראַך פֿון די סאַמע אַװאַנגאַרדיסטישע און מאָדישע קולטור־טוער. אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט אַ מאָל באַמערקט מיט אַ סאַרקאַסטיש שמײכל, אַז ייִדיש װערט אַ שפּראַך פֿון דער ייִדישער (און הײַנטיקע טעג אױך ניט־ייִדישער) אַריסטאָקראַטיע.
אױב מיר װעלן צונױפֿזאַמלען די ביכער פֿון די ייִדישע שרײַבער, געבױרן נאָך דער מלחמה, די ביכער, װעלכע זײַנען דערשינען אױף ייִדיש אין די לעצטע דרײַסיק יאָר, װעלן מיר דערזען אַן אַבסורדאַלע דערשײַנונג, דהײַנו: כּמעט אַלע שרײַבער שטאַמען פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, ס’הײסט, פֿונעם לאַנד, אין װעלכן מע פֿלעגט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אױסװאָרצלען ייִדיש, װי אײנע פֿון די גרעסטע מלוכה־שׂונאים. נאָך מער: זיבעציק פּראָצענט פֿון די דערשינענע ייִדישע ביכער געהערט צו דרײַ שריפֿשטעלער, אָפּשטאַמיקע פֿון בעסאַראַביע — באָריס סאַנדלער, לעװ בערינסקי און מיכאל פֿעלזענבאַום.
דער דאָזיקער פֿאַקט װערט נאָך מער טשיקאַװע, װען מע דערװוּסט זיך, אַז אין בעסאַראַביע זײַנען בכלל קײן מאָל ניט געװען קײן גרױסע אָדער באַרימטע ייִדישע פֿאַרלאַגן (אַזױ װי אין ליטע, אין פּױלן, אין רוסלאַנד, אין ישׂראל אָדער אין דרום־און צפֿון־אַמעריקע); און נאָך דער מלחמה איז ניט אַרױס קײן אײן בוך אױף ייִדיש. באמת, װי קומט עס, אַז די „אָפּגעשטאַנענע‟ בעסאַראַביע, אַ לאַנד פֿון „װײַן און מאַמאַליגע‟, זאָל „שענקען‟ דער ייִדישער הײַנטצײַטיקער ליטעראַטור אַזאַ מתּנה? אַלץ איז אָפּהענגיק אין דער קאָאָרדינאַטן־סקאַלע. בעסאַראַביע איז כּמעט אַ געאָגראַפֿישער צענטער פֿון אײראָפּע, פֿון בעסאַראַביע קײן סיביר איז פּונקט אַזאַ מהלך װי פֿון בעסאַראַביע קײן ענגלאַנד.
די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, אָן אַ ספֿק, „שפּאַרט זיך אָן‟ אױף דער גרױסער ליטעראַרישער ירושה פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, און די רעשטלעך ייִדישע שרײַבער טוען הײַנט יענע אַרבעט, װעלכע דער בײזער גורל האָט זי ניט געלאָזט טאָן בײַ צײַטנס. הײַנט פֿאַרמאַכן מיר די טיר אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, און מיט אַ האָפֿענונג עפֿענען אױף די טיר אין דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די ייִדישע ליטעראַטור… אָבער, פֿאַר װעמען?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.