אין קראָקע האָט מען לעצטנס געפֿונען בריוו פֿון און צו ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין דער שטאָט ביזן יאָר 1939.
דער אַזוי־גערופֿענער JCC (ייִדישער קהילה־צענטער) אין קראָקע האָט די בריוו אין זיין רשות. איידער מען וועט פּובליקירן דעם אינהאַלט פֿון די בריוו וויל דער ייִדישער צענטער איבערגעבן די בריוו די משפּחות פון די קאָרעספּאָנדענטן אויב סע זענען דאָ אַזעלעכע. ווער ווייסט? אפֿשר זענען דאָ צווישן אונדזערע צוהערער און לייענער קרובֿים פון די בריוו-שרײַבער? אַזוי ווי די בריוו זענען געשריבן געוואָרן אויף פּויליש, גיבן מיר דאָ די נעמען ווי זיי זענען געשריבן געוואָרן אין די בריוו און אויף די קאָנווערטן; דאָס הייסט מיט לאַטײַנישע אותיות:
EWA FELL (מסתּמא אומגעקומען אין דער לעמבערגער געטאָ; געהאַט אַ שוועסטער מיטן נאָמען אידאַ).
SZYMON KLAGSBALD — פֿון פּשעמישל.
ROMAN, ROZIA, MINKA AND EWA HOLLANDER
DR. MAURYCY AND SYDONIA JASSEM
T. WERNER — פֿון באָכניאַ
ABRAM NUSSBAUM
ROZA URABIN
IGNACY GRETZER-HOCHBAUM
LUSIA MESSINGER
GERHARD PAZDZIOR
ווען אַ העלפֿט פֿון דער וואַרשעווער באַפֿעלקערונג איז נאָך באַשטאַנען פֿון ייִדן, האָבן די פּאָליאַקן זיך נישט פֿאַראינטערעסירט מיט זייערע ייִדישע מיטבירגער. וואַרשע איז דעמאָלט געווען דער צענטער פון דער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער און פֿילם. די ייִדישע פֿילמען, אגבֿ, זענען געשטאַנען אויף אַ סך אַ העכערן ניוואָ ווי די פֿילמען אין דער פּוילישער שפּראַך. דער בעסטער בײַשפּיל דערפֿון איז מסתּמא „דער דיבוק‟. די פּוילישע אינטעליגענץ האָט אָבער אין גאַנצן איגנאָרירט די גאָר רײַכע קולטור, וואָס האָט געבליט ממש אונטער איר נאָז.
איצט, אַז קיין ייִדן זענען כּמעט נישטאָ, וואַקסט כּסדר דער אינטערעס צו דער פּויליש־ייִדישער קולטור. אַ סך פּאָליאַקן האַלטן אַפֿילו, אַז די פּוילישע-ייִדישע קולטור איז אַ טייל פון דער פּוילישער קולטור־ירושה.
דער זעלבער פֿענאָמען געפֿינען מיר בנוגע דער יזכּור־ליטעראַטור. אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה האָבן די ניצול־געבליבענע און זייערע לאַנדסלײַט זיך באַמיט צו דרוקן יזכּור־ביכער, כּדי זייערע שטעט און שטעטלעך זאָלן בלײַבן כאָטש אין זכּרון. נישט די פּאָליאַקן און — לאָמיר זײַן ערלעך, אפֿילו נישט די ישׂראלדיקע אָדער אַמעריקאַנער ייִדן — זענען נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין די טעקסטן (אַחוץ די לאַנדסלײַט, פֿאַרשטייט זיך).
הײַנט אָבער, באַטראַכטן אַ סך פּאָליאַקן די ייִדישע געשיכטע פֿון זייערע שטעטלעך ווי אַן אָרגאַנישער טייל פֿון זייער געשיכטע. אין אַ געוויסן זינען, האָבן זיי נישט קיין אַנדערע ברירה. די ייִדן האָבן געשפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין ס׳רובֿ פּוילישע שטעט און שטעטלעך. נישט זעלטן זענען זיי אַפֿילו געווען די סאַמע גרינדערס און אָפֿטמאָל — פֿופֿציק פּראָצענט אָדער מער פון דער באַפֿעלקערונג.
דאָס שטעטל שעפּס, וואָס געפֿינט זיך אין דעם סאַמע האַרץ פֿון פּוילן, איז נאָך אַ פּויליש שטעטל, וואָס האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן אַ פּוילישע איבערזעצונג פֿון דער העברעיִש-ייִדיש יזכּור־בוך געווידמעט זייער שטעטל.
די פּוילישע תּושבֿים קענען איצט האָבן אַ באַגריף פֿון דער אַמאָליקער אַרכיטעקטור פֿון זייער שטעטל מיט אירע אַמאָליקע הילצערנע שילן. זיי קענען לייענען וועגן די גרויסע רבנים, וואָס האָבן דאָרט געלעבט און די ספֿרים, וואָס זיי האָבן אַרויסגעגעבן.
אין פֿאַר־מלחמהדיקן שעפּס זענען געווען פּועלי-ציוניסטן און בונדיסטן, מיטגלידער פון „השומר הצעיר‟ און „הנוער הציוני‟, רעוויזיאָניסטן און אגודהניקעס. אין שטעטל זענען געווען חדרים און אַ תּרבות־שול, חסידישע שטיבלעך און פּראָפֿפֿאַראיינען פֿון אַרבעטער און בעלי-מלאכה. און דאָס איז נישט אַלץ. אין שעפּס איז געווען אַ ייִדישע ביבליאָטעק אין נאָמען פון י. ל. פּרץ, אַ ביבליאָטעק פֿאַר קורסיסטן, אַ ספּאָרט-קלוב „כּוכבֿ‟, אַ קולטור־פֿאַראיין „ליגע‟, חבֿרת שומרי שבת והדת, אַ סוחרים־פֿאַראיין, אַ „מכּבי‟ ספּאָרטקלוב, אַחוץ, פֿאַרשטייט זיך, די טראַדיציאָנעלע אָרגאַניזאַציעס ווי חבֿרה קדישא, ביקור חולים, הכנסת אורחים און דאָס גלײַכן.
שעפּס איז הײַנט נישט קיין סך גרעסער ווי פֿאַר דער מלחמה — אַן ערך 18,000 אײַנוווינער אין גאַנצן. דער חילוק איז, אַז פֿאַר דער מלחמה זענען כּמעט אַ העלפֿט פון די אײַנוווינער געווען ייִדן. זיי זענען כּמעט אַלע פֿאַרברענט געוואָרן אין אוישוויץ און טרעבלינקע. גוט וואָס די הײַנטיקע תּושבֿים ווילן געדענקען זייערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.