תּל־אָבֿיבֿ. — אַ ישׂראלדיקע פֿירמע זאָגט, אַז זי האָט געשאַפֿן אַ געוויסע טעכנאָלאָגיע, וואָס דערמעגלעכט אָנצולאָדן אַ מאָבילקע אין בלויז עטלעכע סעקונדעס, און אַן עלעקטרישן אויטאָ אין עטלעכע מינוט — אַ זאַך, וואָס קאָן אין גאַנצן איבערמאַכן צוויי פֿון די דינאַמישסטע אינדוסטריעס אויף דער וועלט.
דאָס תּל־אָבֿיבֿער געשעפֿט StoreDot זאָגט, אַז די נײַע באַטעריי קאָן האַלטן אין זיך אַ סך מער עלעקטרישע ענגעריע ווי אַנדערע באַטערייען, און דינען ווי אַ מין „סופּער־שוואָם‟, וואָס זאַפּט אײַן די קראַפֿט און האַלט עס אין זיך.
דער פּראָטאָטיפּ פֿון דעם אָנלאָדער איז דערווײַל צו גרויס פֿאַר אַ מאָבילקע, אָבער די פֿירמע האַלט, אַז אַ דינערע באַטעריי, וואָס קאָן אָנלאָדן אַ „סמאַרטפֿאָן‟ אין 30 סעקונדעס, וועט זײַן גרייט אין יאָר 2016.
„דאָס איז אַ נײַע סחורה, וואָס מע האָט פֿריִער נישט געהאַט,‟ האָט דערקלערט דורון מײַערסדאָרף, דער גרינדער און פֿירמע־שעף פֿון StoreDot, וואָס זײַנע אינוועסטאָרן נעמען אַרײַן דעם רוסישן ביליאָנער און אייגנטימער פֿונעם „טשעלסי פֿוסבאָל־קלוב‟, ראָמאַן אַבראָמאָוויטש.
די פֿירמע האָט שוין געזאַמלט 48 מיליאָן דאָלאַר, אַרײַנגערעכנט אַן אינוועסטיציע פֿון אַ באַקאַנטן מאָבילקע־פּראָדוצירער. מײַערסדאָרף האָט נישט איבערגעגעבן דעם נאָמען פֿון דער פֿירמע, אָבער געזאָגט, אַז זי געפֿינט זיך אין אַזיע.
„הײַנט זוכן מענטשן כּסדר אַן עלעקטרישן קוואַל פֿון עלעקטריע, כּדי אָנצולאָדן זייערע מכשירים,‟ האָט זאַק ווײַספֿעלד, אַן אָפּשאַצער פֿון המצאות אינעם מאָבילקע־סעקטאָר איבער דער וועלט, באַמערקט בעת אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟. „די פֿירמע דאַרף נאָך פֿאַרקלענערן די גרייס פֿונעם מכשיר, אָבער אויב זי וועט קאָנען לייזן די פּראָבלעם, וועט עס זײַן אַ געוואַלדיקער אויפֿטו,‟ האָט ווײַספֿעלד געזאָגט.
מײַערסדאָרף זאָגט, אַז דער גיכער אָנלאָדער וועט קאָסטן צווישן 100 און 500 דאָלאַר מער ווי די איצטיקע אָנלאָדערס, און וועט קאָנען פֿונקציאָנירן בערך דרײַ יאָר לאַנג. ער האָפֿט אויסצוניצן די זעלבע טעכנאָלאָגיע צו שאַפֿן אַן אויטאָ־באַטעריי, וואָס לאָדט זיך אָן אין 2־3 מינוט, אין פֿאַרגלײַך מיט די איצטיקע באַטעריעס, וואָס זייער אָנלאָד דויערט אַ גאַנצע נאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.