די שטאָט װילנע, ירושלים ד׳ליטא, די הױפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעלן אָרט אינעם ייִדישן קאָלעקטיװן באַװוּסטזײַן. אַ גאַנצע רײ אָביעקטיװע און סוביעקטיװע טעמים װערן אויסגעפֿאָרשט אינעם בוך „װילנע: די װילנער ייִדן נאָכן חורבן — אַ טראַנס־נאַציאָנאַלע געשיכטע פֿון באַציִונגען‟ פֿון דער דײַטשישער היסטאָריקערין אַנאַ ליפּהאַרדט. זי באַהאַנדלט פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי די װילנער ייִדן, װאָס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער דער װעלט, היטן אָפּ דעם אָנדענק פֿון זייער שטאָט, אַז קיין ייִדישע ווילנע איז שוין מער נישטאָ.
„װער װעט בלײַבן? װאָס װעט בלײַבן?‟ — די דאָזיקע פֿראַגע, װאָס אַבֿרהם סוצקעװער שטעלט אין זײַן באַרימטן ליד, איז די צענטראַלע קשיא פֿון אַלע היסטאָריקער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום, און װילנע איז אַ מוסטער–דוגמה פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעמאַטיק. ליפּהאַרדטס בוך באַשטײט פֿון פֿינעף טײלן, װאָס פֿאַרגלײַכן די װירקלעכקײט מיט דעם אימאַזש פֿון װילנע. צוערשט מאַכט זי אַ סך־הכּל פֿון דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און איר צעשטערונג. אינעם צװײטן טײל דערצײלט זי װעגן דעם „גלות־װילנע‟, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אין ישׂראל און אַמעריקע, װי אױך װעגן דער ייִדישער קהילה אין ווילנע גופֿא נאָך דער מלחמה. און די לעצטע טײלן זײַנען געװידמעט דער טעמע, װי אַזױ מען היט אָפּ דעם אָנדענק פֿון דער אַמאָליקער װילנע.
דאָס איז ניט געװען קײן לײַכטע אױפֿגאַבע. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט די מלוכישע פּאָליטיק ניט געלאָזט אַרויסהייבן דעם ייִדישן חורבן פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון די יסורים פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק בעת דער מלחמה. מען האָט אָנערקענט, אַז ייִדן האָבן געליטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, אָבער פּונקט אַזױ האָבן געליטן אַלע „סאָװעטישע‟ פֿעלקער. אין ישׂראל האָט מען באַטאָנט די ייִדישע גבֿורה אָבער געהאַלטן די קרבנות פֿאַר „שװאַכע גלות־ייִדן‟. און אין אַמעריקע איז סתּם ניט געװען קײן סך אינטערעס אינעם ייִדישן חורבן אין מזרח־אײראָפּע.
אַ סך אױפֿמערק אינעם בוך איז אָפּגעגעבן צװײ אָרגאַניזאַציעס פֿון װינלער ייִדן, „נוסח װילנע‟ אין ניו־יאָרק, און „איגוד יוצאי וילנא והסבֿיבֿה‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. זײער אױפֿגאַבע איז קודם־כּל געװען צו העלפֿן די אָנגעקומענע װילנער ייִדן אײַנצואָרדנען זיך אין דער נײַער הײם, װי אױך ווי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק נאָך זײער אַלטער הײם. בײדע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך באַנוצט מיט ייִדיש װי זײער אומגאַנג־שפּראַך, אָבער זײערע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה זײַנען געװען פֿאַרשידענע. אין אַמעריקע האָבן זײ זיך געפֿילט איזאָלירט פֿון דער ברײטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, בעת אין ישׂראל האָבן זײ זיך געסטאַרעט צופּאַסן צו דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע פֿון דער מלוכה.
די װילנער ייִדן, װאָס האָבן זיך אַקטיװ געשלאָגן קעגן די נאַציס, צװישן זײ — אַזעלעכע באַרימטע פּערזענלעכקײטן װי אַבֿרהם סוצקעװער און אַבאַ קאָװנער, זײַנען געװען בכּוח צו שאַפֿן דעם אימאַזש פֿון װילנע װי אַ שטאָט פֿון קעמפֿער. דאָס האָט זײ אױך דערמעגלעכט צו העכערן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש. אין אַ גרױסער מאָס האָט דװקא דער דאָזיקער אימאַזש געהאָלפֿן קריגן פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס און פּובליקאַציעס, אַזעלכע װי „די גאָלדענע קײט‟.
אַ ספּעציעלן סימבאָלישן באַטײַט האָט באַקומען הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימנע, „זאָג ניט קײן מאָל‟. אַנאַ ליפּהאַרדט האָט געװידמעט דעם דאָזיקן ליד אַ גאַנצן קאַפּיטל. זי טענהט, אַז דאָס ליד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שטאַרקן קעגנזאַץ צו דער פֿאַרשפּרײטער מײנונג, אַז ייִדן האָבן ניט אַרױסגעװיזן קײן װידערשטאַנד קעגן די נאַציס. דער פֿאַקט, װאָס הירש גליק איז געװען אַ יונגער קאָמוניסט און די מוזיק שטאַמט פֿון דעם פּאָפּולערן סאָװעטישן „קאָזאַקישן‟ ליד פֿון די ברידער פּאָקראַס, האָט ניט געשטערט אַנדערע פּאָליטישע באַװעגונגען, בפֿרט ציוניסטן, צו פֿאַראײגענען דװקא דאָס דאָזיקע ליד װי אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער גבֿורה.
אַזױ איז געשאַפֿן געװאָרן די סימבאָלישע געשטאַלט פֿון „װילנע של מעלה‟, אָבער װאָס איז געשען מיט „װילנע של מטה‟, דער ממשותדיקער שטאָט װילניוס, דער הײַנטיקער הױפּטשטאָט פֿון דער ליטװישער רעפּובליק? ליפּהאַרדט אַנאַליזירט דעם מצבֿ און דעם צושטאַנד פֿון דער ייִדישער געגנט אין דער װילנער אַלטשטאָט. אין דער סאָװעטישער צײַט איז זי געװען אַ הפֿקר, אָבער נאָך דעם װי ליטע האָט באַקומען אומאָפּהענגיקײט אין 1991, איז די אַלטשטאָט געװאָרן אױסגעפּוצט; מען האָט דאָ געעפֿנט נײַע טײַערע באַרן, רעסאָטראַנען, האָטעלן און קראָמען, װאָס באַדינען, דער עיקר, טוריסטן פֿון אײראָפּע און אַמעריקע. „געהאָלפֿן‟ דעם דאָזיקן פּראָצעס האָט אױך דער פּשוטער פֿאַקט, װאָס כּמעט אַלע אַמאָליקע אײגנטימער פֿון די דאָזיקע הײַזער זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן, און די נײַע בעל־הבתּים דאַרפֿן זיך ניט זאָרגן װעגן זײערע לעגאַלע טענות לױט דעם נײַעם ליטװישן רעסטיטוציע־געזעץ.
אָבער דער דאָזיקער אומשטאַנד װערט כּסדר ניט באַרירט אין די ויכּוחים אַרום ייִדישער װילנע. װילנע װערט געהאַלטן פֿאַר אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן קיבוץ, און ניט קײן שטאָט, װוּ עס האָבן געװױנט מענטשן פֿון בשׂר־דם, אָרעמע און פֿאַרמעגלעכע, קאָמוניסטן און ציוניסטן, פֿרומע און װעלטלעכע, מענער און פֿרױען. אין דעם זין איז די זכּרון־פּאָליטיק פֿון װילנע אַנדערש פֿון בערלין, װוּ הײַזער און אַפֿילו טראָטואַרן טראָגן שילדלעך מיט נעמען פֿון יענע ייִדן, װאָס האָבן אַ מאָל דאָ געלעבט. הײַנט זײַנען די װילנער יחידים פֿאַרבליבן בלױז אין יזכּור־ביכער און אין די ליטעראַרישע װערק פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, חיים גראַדע, גריגאָרי קאַנאָװיטש, אַלכּסנדרה בורשטײן און אַנדערע ייִדישע און רוסיש־ייִדישע מחברים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.