(די 2 טע זײַט פֿון 2)
***
דיסקוסיע: „די צוקונפֿט פֿון ייִדיש־שטודיעס‟. אָנטיילנעמער: ד״ר אסתּר־בתיה ווײַסמאַן־שולמאַן, ד״ר איתן קענסקי, עפֿר דינעס, ד״ר זוהר ווײַמאַן־קעלמאַן און ד״ר שאול זאַריט
***
דיסקוסיע: „דאָס לערנען שלום־עליכם אויף אַן אינטערדיציפּלינערישן אופֿן: שׂכרן און מניעות‟. מאָדעראַטאָרין: ד״ר אָלגאַ גערשענסאָן. אָנטיילנעמער: ד״ר אַנאַ שטערנשיס, ד״ר אַטאָ קווייסאָן, ד״ר דזשערעמי דאַובער, ד״ר מאַרק קאַפּלאַן און ד״ר קלמן ווײַזער.
דיסקוסיע געווידמעט דעם „דיגיטאַלן ייִדישן־טעאַטער פּראָיעקט‟ ווי אַ משל פֿאַר די דיגיטאַלע הומאַניטאַרישע שטודיעס‟. מאָדעראַטאָרין: ד״ר דבֿורה קאַפּלאַן. אָנטיילנעמער: ד״ר באַרבאַראַ הענרי, מרים־חיה סיגל, ד״ר משה־זכריה בעקער, ד״ר מיכל שטײַנלויף און ד״ר נעמי דזשאָנס.
***
פּאַנעל געווידמעט דער טעמע: „חסידים ווי אויסנאַמען און די אויסנאַמקייט פֿון ייִדיש‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר דזשאָסטין דזשאַראָד לויִס. די רעדנער זענען:
ד״ר עדי מהלאל: „צווישן ליבעראַלער סאַטירע און סאָציאַליסטישע וואָרצלען: די חסידישע שאַפֿונגען פֿון י. ל. פּרץ אין די 1890ער יאָרן‟
ד״ר חנה מייזער: „דער חסיד ווי ׳דער אַנדערער׳ אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟
ד״ר דניאל רײַזער: „די חסידישע דרשה און ייִדיש‟
***
פּאַנעל אויף דער טעמע „פֿון פּאָפּולער ביז עליטיסטיש: די ייִדישע קולטור נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין בערלין, ווילנע און מאָסקווע‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר דזשיימס לופֿלער. די רעדנער זענען:
ד״ר דוד שניר: „געזאַנג צווישן צוויי וועלטן: לין דזשילדאַטײַ און די ייִדישע מוזיק אין אייראָפּע און בערלין בעתן קאַלטן קריג‟
ד״ר דוד פֿישמאַן: „די פּאָליטיק פֿון ייִדישער קולטור אין דער סאָוועטישער ליטע 1944—1949‟
ד״ר אַנאַ שטערנשיס: „פֿון גולאַג ביז געטאָ: די ייִדישע דיכטונג פֿון משה טייף‟
***
פּאַנעל געווידמעט דער טעמע „נײַע קוקווינקלען איבער דעם שנאָרער, דעם נעביש און דעם שלומיאל‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד׳׳ר יונתן פֿרידמאַן. די רעדנער זענען:
ד״ר דזשעניפֿער קאַפּלאַן: „דער ’נעביש־ספּעקטרום‘‟
ד״ר אַשלי פּאַסמאָר: „דער ייִדישער שנאָרער אין דער דײַטשישער ליטעראַטור‟
ד״ר מנחם פֿײַער: „דער עיקרדיקער־עקזיסטענציאַליסטישער שלומיאל‟
***
פּאַנעל געווידמעט דער טעמע: „ייִדישע מאָדערניזמען‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר קאַטאַ געלען. די רעדנער זענען: ד״ר יאַן שוואַרץ: „אַבֿרהם סוצקעווערס אופֿן פֿון דערציילן מעשׂיות: די ייִדישע ליטעראַטור אויפֿן ראַנד‟ ד״ר שׂרה פּאָניכטעראַ: „דער ייִדישער שפּיאָן־ראָמאַן: אַהרן צייטלינס ברענענדיקע ערד‟ ד״ר ניק בלאָק: ׳עמיל און קאַרל׳ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין: פֿרויען און קינדער אינעם צענטער פֿון די ייִדישע צרות‟
דינסטיק, דעם 16טן דעצעמבער פּאַנעל געווידמעט דער טעמע: „די סאָציאַלע לאַנדשאַפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟. בײַם פֿאָרזיץ: ד״ר מרים אודעל. די רעדנער זענען:
ד״ר עלען דבֿורה קעלמאַן: „אַב. קאַהאַן און דער אָנהייב פֿון ׳פּובליק־סערוויס‟־אַרטיקלען אינעם ’פֿאָרווערטס‘‟. ד״ר אַלכּסנדרה האָפֿמאַן: „מאָדערניסטישע ייִדישע מאַניפֿעסטן‟. ד״ר טעאָדאָר שטיינבערג: „גאַנץ פּשוט, טבֿיה‟. ***
פּאַנעל געווידמעט דער טעמע: „די איבערזעצונג און דער קולטורעלער נאַציאָנאַליזם אינעם ייִדישן ווילנע, 1915—1923. בײַם פֿאָרזיץ: ד׳׳ר צירל קוזניץ. די רעדנער זענען:
ד׳׳ר אַנדרו קאָס: „דאָס פֿאַרוואַנדלען רוסיש־ייִדישע גראַוויור אין ייִדישער פֿאָלקס־קונסט בעת דער מלחמה אין ווילנע‟
ד׳׳ר שׂרה פֿעלדמאַן: „די ייִדישע אָפּערע, די רוסישע קולטור און ירושלים ד׳ליטא‟
ד׳׳ר פּאָלאַ אײַזנשטײן־בייקער: „דאָס איבערזעצן ייִדישע טעמעס אין קונסט־מוזיק אין ווילנע אין די 1920ער יאָרן: ׳קאָדע׳ אָדער המשך?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.