די וויכטיקסטע ידיעה פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך אין מאָסקווע איז, צום באַדויערן, טרויעריק, און האָט, אַפּנים, צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם.
3 מענטשן זײַנען באַפֿאַלן אַ ישיבֿה־בחור און האָבן אים שטאַרק געשלאָגן. דאָס איז געשען דעם 3טן דעצעמבער לעבן דער ישיבֿה „תּורת חיים‟ אין מאָסקווער געגנט. דער קרבן, שלמה ראָמאַנאָווסקי, געפֿינט זיך אין שפּיטאָל. זײַן מצבֿ איז פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענער וואָך לײַכטער געוואָרן, און ער האָפֿט אַרויסצוגיין פֿון שפּיטאָל די וואָך. ער האָט דערציילט, אַז באַפֿאַלן זײַנען אים 3 מענטשן, וואָס האָבן צווישן זיך גערעדט אויף עפּעס אַ שפּראַך וואָס ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען. מע האָט בײַ אים גאָר נישט צוגעגנבֿט — און אַ פּנים, הייסט עס, אַז מ’האָט אים געשלאָגן צוליב אַנטיסעמיטישע מאָטיוון. דאָס איז דער ערשטער פֿאַל פֿון אַזאַ דערשײַנונג אין מאָסקווער געגנט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר.
צו די נײַעס פֿון אַקאַדעמיש לעבן: אין מאָסקווער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „נומעראָלאָגיע אין דער סלאַווישער און ייִדישער קולטור‟. דער אָרגאַניזאַטאָר איז דער צענטער פֿאַר אַנטוויקלונג פֿון לערנען ייִדישע לימודים — „ספר‟, וואָס איז אי אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אי אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. צוויי מאָל אַ יאָר האַלט ער קאָנפֿערענצן אין ייִדישע לימודים (אַן אַלגעמיינע און אַ סטודענטישע), און איין מאָל אַ יאָר, אָנהייב דעצעמבער, פֿירט ער דורך אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער פֿאָלקסטימלעכער קולטור — דער סלאַווישער און דער ייִדישער, די ענלעכקייטן און אונטערשיידן צווישן זיי. דאָס מאָל זײַנען די רעפֿעראַטן פֿאַרבונדן געווען מיטן באַטײַט פֿון צאָלן אין מנהגים און גלייבענישן בײַ סלאַוון און ייִדן. די אָנטיילנעמערס זענען געקומען פֿון עטלעכע רוסלענדישע שטעט, פֿון ישׂראל, לעטלאַנד, ליטע און דײַטשלאַנד.
די וואָך איז אַרויסגעגאַנגען אַ נײַער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט „קול מבֿשׂר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט‟. דאָס איז אַ צײַטשריפֿט וואָס גייט אַרויס אויף רוסיש איין מאָל יעדע עטלעכע יאָר. די רעדאַקציע באַשטייט פֿון פֿאָרשער פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט און אויך פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. אַרטיקלען, וואָס ווערן אײַנגעשלאָסן אינעם זשורנאַל, זענען געווידמעט פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון ייִדישע לימודים: פֿון תּנ”כישער אַרכעאָלאָגיע ביז מאָדערנער ליטעראַטור אָדער עקאָנאָמיק.
אין איצטיקן נומער ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען וועגן ייִדיש־אוקראַיִנישע שרײַבער (געשריבן פֿון וועלוול טשערנין); וולאַדימיר חזנס אַרטיקל וועגן דעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער אַנדריי סאָבאָל; סערגיי רוזערס פֿאָרשונג וועגן עוואַנגעלישע טעקסטן פֿאַרגליכן מיט סירישע קריסטלעכע חיבורים, און אַנדערע.
זונטיק, דעם 7טן דעצעמבער, איז אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ לעקציע וועגן דעם באַנײַטן אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק אין אייראָפּע און אַמעריקע. געהאַלטן דעם רעפֿעראַט האָט איוואַן זשוק, מײַקל אַלפּערטס אַ תּלמיד, איינער פֿון די פּיאָנערן פֿון קלעזמער־מוזיק אין רוסלאַנד, דער הויפּט פֿון דער מוזיקאַלישער גרופּע „נאַיעכאָוויטשי‟, אַ זינגער און מוזיקער. ער האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿונעם ווידערגעבורט און וועגן די סטילן וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט אין דער דאָזיקער מוזיק.
און דעם זעלביקן טאָג, אין אַ ייִדישן קלוב 180 מעטער פֿון דאָרט, איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿן ספֿרדישער מוזיק. געשפּילט האָט דער אַנסאַמבל „לאַדינאָ־דזשאַז‟, געפֿירט פֿון גריגאָרי סאַנדאָמירסקי, פּיאַניסט, אימפּראָוויזאַטאָר און חסיד פֿון ספֿרדישער קולטור.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: בײַם ייִדישן קינדער־צענטער „אסתּר‟ האָט זיך געעפֿנט אַ שפּילפּלאַץ, צוגעפּאַסט פֿאַר אַלע קינדער וואָס קומען אין צענטער אויף פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען. זײַן מעלה באַשטייט אין דעם וואָס דאָס איז דער ערשטער שפּילפּלאַץ, וואָס איז צוגענגלעך אויך פֿאַר קינדער מיט באַזונדערע באַדערפֿענישן — און דאָס איז, צום באַדויערן, נאָך גאָר זעלטן אין מאָסקווע. דער צענטער „אסתּר‟, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון־מאָסקווע, איז אין דעם געביט אַ פּיאָנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.