יעדעס אַקאַדעמישע פֿעלד האָט זיך זײַן גרויסע קאָנפֿערענץ, וואָס ווערט פֿאַר די פֿאָרשער אויף דעם פֿעלד אַ גרויס געשעעניש. אַ צען טויזנט ליטעראַטור־ און שפּראַך־פֿאָרשער וועלן זיך טרעפֿן אין יאַנואַר אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע, אויפֿן 130סטן יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער MLA (די אַסאָציאַציע פֿאַר מאָדערנע שפּראַכן). אַן ערך דרײַ טויזנט פֿאָרשער טרעפֿן זיך יעדעס יאָר אין קאַלאַמאַזו, אַ שטעטל אין מישיגענער קולטור־מידבר, וואָס ווערט אויף עטלעכע טעג דער וועלט־צענטער פֿון דער מיטל־עלטער־פֿאָרשונג. אונדזערע געלערנטע אויפֿן געביט פֿון ייִדישע לימודים, ווידער, אַן ערך 1,200, קומען זיך צונויף פֿונעם 14טן ביזן 16טן דעצעמבער אין באַלטימאָר, מערילאַנד, אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער AJS (אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס).
נו, אונדזער קאָנפֿערענץ איז אפֿשר ניט אַזוי גרויס ווי די גוייִשע קאָנפֿערענצן, אָבער דערפֿאַר האָבן מיר אָן אַ שיעור מער ביבל־קריטיקער, מומחים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, היסטאָריקער פֿון חורבן און נאָך גדולי־התּורה אַזעלכע. דער עיקר איז דאָך ניט כּמות, נאָר איכות, און ווער קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אונדז אין פּילפּול און האָר־שפּאַלטערײַ?
הונדערטער חסידים פֿון די דאָזיקע רביים — גראַדויִר־סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן, אומאָפּהענגיקע פֿאָרשער — גרייטן זיך איצט עולה־רגל צו זײַן קיין באַלטימאָר, פֿאָרנדיק מיט דער באַן, מיטן אויטאָ, מיטן אויטאָבוס, אָדער (די גרויסע פֿאַרדינער) מיטן עראָפּלאַן. ייִדן פּוצן די שיך און שאַפֿן זיך אײַן נײַע בעקעשעס, ווי זיי וואָלטן געפֿאָרן אויף אַ רבישער חתונה. נאָר איידער מע לאָזט זיך אין וועג אַרײַן, איז כּדאַי צו וויסן עפּעס וועגן דער שטאָט, וווּהין מע פֿאָרט.
זאָלט איר וויסן זײַן, אַז באַלטימאָר איז אַ ייִדישע שטאָט. עס וווינען אין און אַרום באַלטימאָר 100,000 ייִדן, אַ סך פֿון זיי — טראַדיציאָנאַליסטן און אָרטאָדאָקסן. אין פֿאַרגלײַך מיט ס’רובֿ אַנדערע אַמעריקער קהילות, וואַקסט דאָרט די ייִדישע באַפֿעלקערונג, און דער פּראָצענט געמישטע חתונות איז רעלאַטיוו נידעריק — נאָר 20%. די באַלטימאָרער קהילה איז אויפֿגעקומען נאָך אין 18טן י”ה; אַ בית־עולם ווערט דערמאָנט אין 1786, זײַנען די ייִדן מסתּמא אַהין געקומען היפּש פֿריִער.
אויך כּדאַי צו געדענקען: באַלטימאָר איז אַ שטאָט פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. רעדנדיק נאָר וועגן דער שטאָט גופֿא, ניט וועגן דער אַרומיקער געגנט, באַשטייט 64% פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער — דער צווייט־העכסטער פּראָצענט פֿון אַ גרויסער אַמעריקאַנער שטאָט נאָך דעטרויט. שוין פֿאַרן אַמעריקאַנער בירגערקריג האָט באַלטימאָר געהאַט די גרעסטע צאָל פֿרײַע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אינעם גאַנצן לאַנד, און אַזוי ווי דער שטאַט מערילאַנד האָט דערלויבט שקלאַפֿערײַ, האָבן דאָרט געוווינט אַ סך שקלאַפֿן אויך. צווישן די „שקלאַפֿן־שטאַטן‟ איז מערילאַנד געווען פֿון די מער ליבעראַלע, און אַ סך בעלי־בתּים האָבן צוליב די אייגענע עקאָנאָמישע אינטערעסן באַפֿרײַט זייערע שקלאַפֿן.
פֿון דעסטוועגן, ווען דער באַקאַנטער ראַבינער דוד אײַנהאָרן האָט אין 1861, גלײַך בײַם אויסבראָך פֿונעם בירגערקריג, פּראָקלאַמירט אינעם באַלטימאָרער טעמפּל „הר סיני‟, אַז די שקלאַפֿערײַ שטימט ניט מיט די ייִדישע ווערטן, זײַנען אַ סך בעלי־בתּים, וואָס האָבן אַליין פֿאַרמאָגט שקלאַפֿן, ניט געווען צופֿרידן. עס האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, און דער המון האָט געוואָלט דעם חשובֿן ראַבינער „פֿאַרסמאָליען און פֿאַרפֿעדערן‟. צום גליק, האָט אײַנהאָרן באַוויזן צו אַנטלויפֿן, און ער איז באַלד געוואָרן דער ראַבינער פֿון אַ צווייטער קהילה אין פֿילאַדעלפֿיע.
אין 1950 איז דער פּראָצענט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער נאָך געשטאַנען בײַ 24%, און די שטאָט האָט פֿאַרמאָגט 950,000 אײַנוווינער. אָבער דערנאָך זײַנען געקומען צענדליקער יאָרן פֿון אַן עקאָנאָמישער ירידה, ווי די ווײַסע זײַנען אַוועק פֿון דער שטאָט, אַזוי אַז הײַנט זײַנען פֿאַרבליבן נאָר 620,000.
אַן ערנסטע פּראָבלעם מיט נאַרקאָטיק האָט זיך אַנטוויקלט אין די 1960ער יאָרן, און צוזאַמען מיט איר איז געקומען אַ גוואַלדיקער אויפֿשטײַג אין דער אַלגעמיינער פֿאַרברעכערישקייט. אַפֿילו הײַנט איז באַלטימאָר פֿון די מער געפֿערלעכע אַמעריקאַנער שטעט, כאָטש ניט אויף דער זעלבער מדרגה ווי דעטרויט אָדער סיינט לויִס. פֿאַר אַ יאָרן זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען 235 מאָרדן, בשעת אַזאַ שטאָט ווי ניו־יאָרק, וואָס איר באַפֿעלקערונג איז מער ווי צען מאָל אַזוי גרויס, האָט געהאַט בלויז 333. דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט האָט די באַלטימאָרער פּאָליציי אַפֿילו באַשטימט אַ בלאָקיר־שעה, נאָך וועלכער יוגנטלעכע טאָרן זיך ניט ווײַזן אויף די גאַסן אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ דערוואַקסענעם: 9 אַ זייגער פֿאַר קינדער אונטער 14 יאָר, און 10 אַ זייגער פֿאַר יוגנטלעכע צווישן 14 און 16.
דאָס אַלץ איז געזאָגט געוואָרן, ניט כּדי צו דערשרעקן דעם לייענער אָדער כּדי אויסצולעשן זײַן באַגײַסטערונג פֿאַר דער איצטיקער קאָנפֿערענץ, נאָר כּדי ער זאָל קוקן אויף דער זאַך מיט אָפֿענע אויגן און זיך פֿירן ווי געהעריק. באַלטימאָר איז ניט ניו־סקווער, וווּ ייִנגלעך גייען אויף דער זײַט גאַס און מיידלעך — אויף יענער זײַט. פֿאַרקערט — אַלץ איז דאָרט הפֿקר פּעטרישקע. אַז מע נעמט זיך אין אַכט און קריכט ניט אַרײַן דאָרט וווּ מע טאָר ניט, וועט מען מיט גאָטס הילף אַרויסקומען פֿון דער קאָנפֿערענץ אַ לעבעדיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.