איך שעפּ תּמיד נחת פֿון דעם ווי אַזוי מלוכה־פֿונקציאָנערן קלײַבן אויס ווערטער, ווען עס קומט צו באַשרײַבן זאַכן, וועלכע זיי ווילן בעסער פֿאַרשווײַגן.
ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אין דעצעמבער 1979 אײַנגעפֿירט זײַנע מיליטערישע כּוחות אין אַפֿגאַניסטאַן, האָט מען צוגעטראַכט דעם אייפֿעמיזם „דער באַגרענעצטער קאָנטינגענט פֿון סאָוועטישן מיליטער‟. אין אויגוסט 2008, האָט רוסלאַנד כּלומרשט גאָר ניט געפֿירט קיין מלחמה מיט גרוזיע, נאָר פּשוט געטאָן אַלץ, כּדי „צווינגען גרוזיע צו שלום‟ — אָט אַזאַ לינגוויסטישן פּערל האָט מען דעמאָלט אויסגעמײַסטרעוועט. און איך וועל אַפֿילו ניט אָנהייב צו באַשרײַבן די עזאָפּישע שפּראַך פֿון דער הײַנטיקער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע.
רוסלאַנד איז ניט דאָס איינציקע לאַנד, וואָס צייכנט זיך אויס אין אַזעלכע לינגוויסטישע שטיק. אַמעריקע קען אויך זיך באַרימען מיט אירע מײַסטערס פֿון דעם פּראָפּאַגאַנדיסטישן לשון. ווי געפֿעלט אײַך, אַ שטייגער, דער טערמין enhanced interrogation techniques? אַ גוט וואָרט איז עס — enhanced. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי „מער אינטענסיוו‟, אָדער אויך „פֿון אַ בעסערן קוואַליטעט צי פֿאַרנעם‟. הקיצור, ס’איז אַ געראָטענער מיטל צו פֿאַרנעפּלען דעם תּוכן, בפֿרט ווען דער דאָזיקער תּוכן מיינט פּראָסט און פּשוט — פּײַניקונג.
דיאַנע פֿײַנשטיין, די 81־יאָריקע מיטגלידערין פֿון דעם אַמעריקאַנער סענאַט, פֿאַרענדיקט איר קאַריערע ווי די אָנפֿירערין פֿונעם אויסשפּיר־קאָמיטעט מיט אַרויסלאָזן אַ 525־זײַטיקן באַריכט, וועלכער באַשרײַבט טאַקע די סיסטעם פֿון פּײַניקונגען, פּראַקטיצירט דורך אַמעריקאַנער אַגענטן אין דעם איצטיקן יאָרהונדערט. איך וועל דאָ ניט איבערחזרן די מיטל־עלטערלעכע פּײַניקונגען, אויסגענוצט, דער עיקר, מיטן ציל אַרויסצוקוועטשן אינפֿאָרמאַציע פֿון פֿאַרכאַפּטע מוסולמענישע טעראָריסטן. ס’איז גענוג צו זאָגן, אַז די טעכניק איז געווען באמת אַן „אינטענסיווע‟ — אַזאַ אינטענסיווע, אַז ניט אַלע האָבן געקענט עס איבערלעבן.
צו מאָל האָט מען ניט דירעקט געפּײַניקט, אָבער סתּם ניט געלאָזט שלאָפֿן אין משך פֿון אַ פּאָר מעת־לעתן, און אַפֿילו נאָך לענגער. איך געדענק, ווי דער ייִדישער שרײַבער שמואל גאָרדאָן האָט מיר דערציילט וועגן אַזאַ „טעכניק‟. ער האָט עס אויף זיך אויסגעפּרוּווט, ווען מע האָט אים אַרעסטירט אין די סטאַליניסטישע צײַטן. דעמאָלט האָט מען דאָך אויך אָפֿיציעל דערלויבט צו פּײַניקן די אַרעסטאַנטן, און דער רוסישער טערמין האָט געקלונגען זייער ענלעך אויף enhanced interrogation techniques. האָט מיר שמואל גאָרדאָן ז”ל דערקלערט, אַז מע פֿלעגט אויף אַזאַ אופֿן, דורך ניט דערלויבן צו שלאָפֿן, דערפֿירן אים און אַנדערע צו אַזאַ צושטאַנד, ווען מע האָט שוין ניט געקענט קאָנטראָלירן דעם שׂכל.
סטאַלינס תּלינים האָבן געהאַט פֿאַר זיך איין ציל: דער מענטש זאָל אָנרעדן אויף זיך אַליין און אויף אַנדערע. פֿלעגט מען אַזאַ אינפֿאָרמאַציע, מישטיינס געזאָגט, באַקומען. אַ סבֿרא, אַז די אַמעריקאַנער קאָלעגן האָבן געוואָלט טאַקע באַקומען אַ ריכטיקע אינפֿאָרמאַציע. אָבער דער סענאַט־באַריכט ווײַזט, אַז דאָס אָנווענדן אַזאַ „טעכניק‟ איז געווען זייער ניט-עפֿעקטיוו. די אינפֿאָרמאַציע פֿלעגט מען, בדרך־כּלל, באַקומען אַנדערש. אַזוי אַז אָפֿט מאָל, צי אַפֿילו געוויינלעך, האָט עס געמיינט פּײַניקן סתּם צוליב פּײַניקן.
איך טראַכט אויך וועגן אַזאַ זאַך: ווער זײַנען געווען די מענטשן, וואָס האָבן גענוצט די דאָזיקע באַרבאַרישע מעטאָדן? געבוירענע סאַדיסטן? וווּ זײַנען זיי איצט? גייען זיי אַרום לעבן אונדז אויף די גאַסן, זיצן לעבן אונדז אין די רעסטאָראַנען? קען מען אַזעלכע לײַט טאָלערירן אין דער געזעלשאַפֿט? צי ס’איז ריכטיקער זיי איזאָלירן, ווײַל זיי זײַנען געפֿערלעך?
דעם דאָזיקן באַריכט וועט מען לאַנג ניט פֿאַרגעסן. און דאָס איז, אַ פּנים, נאָר דער אָנהייב פֿון דעם רייניקונג־פּראָצעס, וועלכן מע וועט איצט מוזן דורכפֿירן. מע וועט מוזן פֿאַרשטיין ניט נאָר, וואָס מע האָט געטאָן אין די תּפֿיסות, נאָר אויך וואָס דער פּרעזידענט, זײַן אַדמיניסטראַציע און אַנדערע אָנגעשטעלטע האָבן וועגן דעם אַלץ געוווּסט. עס לאָזט זיך אויס, אַז אין דעם האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט געוויסע טעאָרעטיקער, וויסנשאַפֿטלער. צו זיי וועט מען מוזן זיך צוקוקן אויך. הקיצור, דאָס איז נאָר דער אָנהייב.
ס’איז זייער גוט, אַז דער באַריכט איז אַרויס. אַזעלכע זאַכן טאָר מען ניט האַלטן בסוד, בפֿרט נאָך אַז עס וואָלט, סוף־כּל־סוף, סײַ־ווי אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך. אייניקע פּרטים זײַנען דאָך שוין געווען באַקאַנט פֿריִער. און אייניקע לײַט, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אָנוועדן די מעטאָדן, שלאָגן זיך על־חטא.
דער אימאַזש פֿון אַמעריקע איז נישט שענער געוואָרן פֿון די אַנטפּלעקונגען. מע וועט דאַרפֿן אַ סך דערקלערן, כּדי פֿאַרריכטן די רעפּוטאַציע. מע וועט מוזן לעבן מיט אָט דעם פֿלעק אויפֿן געוויסן און פֿרייען זיך, אַז אַזעלכע מענטשן ווי דיאַנע פֿײַנשטיין זײַנען געווען גענוג מוטיק עס צו פֿאַרריכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.