פּויליש געריכט: פֿאַרווערן שחיטה איז ניט קאָנסטיטוציאָנעל

Polish Court: Ban on Ritual Slaughter Unconstitutional

פֿון ייִט״אַ

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.
דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, מײַקל שודריך, וועלכער האָט געאַרבעט שווער, צו פֿאַרזיכערן, אַז דער פֿאַרווער זאָל אַנולירט ווערן
WIKIMEDIA COMMONS
דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, מײַקל שודריך, וועלכער האָט געאַרבעט שווער, צו פֿאַרזיכערן, אַז דער פֿאַרווער זאָל אַנולירט ווערן

אַ פֿאַרווער קעגן שחיטה אין פּוילן, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַראַיאָרן, איז עובֿר אויף דער פּוילישער קאָנסטיטוציע, האָט מיטוואָך געפּסקנט אַ פּויליש געריכט.

דער פּסק איז געווען אין שײַכות מיט אַ פּעטיציע, וואָס האָט געטענהט, אַז דער פֿאַרווער איז עובֿר אויף דער „אייראָפּעיִשער קאָנווענץ פֿון מענטשנרעכט‟, און באַטרעפֿט אַ „דיסקרימינאַציע קעגן דעם געזעלשאַפֿטלעכן און עקאָנאָמישן לעבן פֿון די ייִדן אין פּוילן,‟ האָט איבערגעגעבן די פּוילישע נײַעס־וועבזײַט polska.newsweek.pl.

די אָפּשטימונג פֿון די ריכטער פֿונעם „פּוילישן קאָנסטיטוציע־טריבונאַל‟ איז געווען 5 קעגן 4.

הרבֿ פּנחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, האָט דערקלערט, אַז דער פּסק איז אַ סימן, אַז „מע קען ווײַטער דורכפֿירן שחיטה אין פּוילן, אַזוי ווי האָט עס געטאָן במשך פֿון אַ סך דורות.‟ ער האָט באַדאַנקט דעם הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, מײַקל שודריך, פֿאַר זײַנע באַמיִונגען צוריקצוציִען דעם פֿאַרווער.

הרבֿ מנחם מאַגאָלין, דער דירעקטאָר פֿונעם „אייראָפּעיִש־ייִדישן פֿאַרבאַנד‟, האָט געזאָגט, אַז דער פּסק איז „ווי אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן‟, ווײַל „עס מײַדט אויס אַ געפֿערלעכן פּרעצעדענט, וואָס וואָלט געווירקט אויפֿן גאַנצן אייראָפּעיִשן ייִדנטום‟.

שחיטה איז פֿאַרווערט געוואָרן אין פּוילן, אָנהייבנדיק פֿונעם ערשטן יאַנואַר, 2013, ווען דאָס קאָנסטיטוציאָנעלע געריכט האָט אַנולירט אַ רעגירונג־תּקנה, וואָס באַפֿרײַט די ייִדן און מוסולמענער פֿונעם געזעץ, אַז מע מוז באַטויבן חיות, איידער מע שעכט זיי. על־פּי־דין, און אויך לויטן מוסולמענישן געזעץ, טאָר מען נישט באַטויבן חיות, איידער מע שעכט זיי.

פֿאַרן פֿאַרווער האָט פּוילן געהאַט אַ 500 מיליאָן־דאָלאַרדיקע אינדוסטריע פֿון עקספּאָרטירן „האַלאַל‟ און כּשר פֿלייש. דעם 5טן מאַרץ האָט דער „נאַציאָנאַלער ראַט פֿון אַגריקולטור אין פּוילן‟, פּראָטעסטירנדיק דעם פֿאַרווער, טאַקע פֿאָרגעלייגט אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט ווידער לעגאַליזירט שחיטה. צוליב דעם פּסק פֿונעם „קאָנסטיטוציאָנעלן טריבונאַל‟, וועט דער פּאַרלאַמענט זיך איצט קאָנען פֿאַרנעמען מיט דער לעגיסלאַציע.