ווען אלי קאַופֿמאַן האָט דעם 22סטן נאָוועמבער חתונה געהאַט אין דער „פֿינשלי רעפֿאָרם־שיל‟ אין צפֿון לאָנדאָן, איז די שׂימחה געווען אַ היסטאָרישע דערשײַנונג ניט בלויז פֿאַר אים, נאָר אויך פֿאַר דער גאַנצער לאָנדאָנער ייִדישער קהילה; קאַופֿמאַן און זײַן מאַן פּאָול גינזבורג זענען געווען דאָס ערשטע האָמאָסעקסועליסטישע פּאָרפֿאָלק חתונה צו האָבן אין אַ בריטישער שיל.
„ס׳איז אונדז טאַקע געווען אַ חידוש, וואָס מיר זענען געווען דאָס ערשטע‟, האָט קאַופֿמאַן דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר האָבן ניט געוווּסט, אַז מיר וועלן זײַן די ערשטע ׳גיי׳־חתונה אין אַ שיל. מיר האָבן ניט געצילעוועט אויף שלאָגן קיין רעקאָרד‟.
דאָס פֿאַראייניקטע קעניגרײַך איז אַ ביסל מער קאָנסערוואַטיוו פֿון ס׳רובֿ מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס שייך האָמאָסעקסועלע חתונות. די ערשטע חתונות צווישן זעלבסט־מיניקע פּאָרלעך אין ענגלאַנד און וויילס זענען בלויז פֿאָרגעקומען הײַיאָר אין מאַרץ, נאָך דעם וואָס מע האָט לעגאַליזירט „גיי‟־חתונות אין יולי 2013. צוליב דעם, וואָס דאָס פֿאַראייניקטע קעניגרײַך באַשטייט פֿון באַזונדערע מדינות, וואָס קענען אַליין באַשליסן, ווי אַזוי זיך צו באַציען צום ענין, זענען די האָמאָסעקסועלע חתונות נאָך אַלץ פֿאַרווערט אין צפֿון־אירלאַנד. אין שאָטלאַנד וועלן די „גיי‟־פּאָרלעך שוין קענען חתונה האָבן דעם 31סטן דעצעמבער.
כאָטש לעגאַלע האָמאָסעקסועלע חתונות אין בריטישע שילן זענען אַ נײַע דערשײַנונג, איז די געשיכטע פֿון „גיי‟־חתונות בײַ ייִדן אין דעם פֿאַראייניקטן קעניגרײַך ניט אין גאַנצן קיין נײַע. זינט 2005, ווען די בריטישע רעגירונג האָט צום ערשטן מאָל אָנערקענט „ציווילע פּאַרטערנשאַפֿטן‟ צווישן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער, באַנוצן זיך די ליבעראַלע ייִדן מיט אַ ספּעציעלער ברכה פֿאַר „גיי‟־פּאָרלעך, וואָס דערמאָנט ניט קיין חתן־כּלה, נאָר „לעבנס־באַגלייטערס‟. די ליטורגישע פּראָגראַם, מיטן נאָמען „ברית־אהבֿה‟, איז געווען דער ערשטער רעליגיעזער ריטואַל ספּעציִעל צוגעפּאַסט פֿאַר אַ האָמאָסעקסועלער חתונה אין ענגלאַנד פֿון צווישן אַלע רעליגיעזע גרופּעס אין לאַנד. אין אַפּריל 2011 האָבן די ליבעראַלע ייִדן אין גרויס־בריטאַניע באַשלאָסן אויף איר יערלעכער קאָנפֿערענץ צו אָנערקענען האָמאָסעקסועלע חתונות גלײַך אַזוי ווי חתונות צווישן העטעראָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער.
די ענגלישע רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס איז אַ היפּש־ביסל מער טראַדיציאָנעל ווי די ליבעראַלע באַוועגונג, האָט צו ערשט אָנגעהויבן אַדורכצופֿירן „התחײַבֿות־צערעמאָניעס‟ פֿאַר האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער אין פֿעברואַר 2011. ווען דער בריטישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגעהויבן דעבאַטירן דאָס דערלאָזן „גיי‟־חתונות אין 2012, האָבן סײַ די רעפֿאָרם־ און סײַ די ליבעראַל־באַוועגונגען אויסגעדריקט זייער שטיצע פֿאַרן געזעץ־פּראָיעקט. נײַן חדשים נאָך דעם, וואָס דאָס געזעץ איז אָנגענומען געוואָרן, זענען קאַופֿמאַן און זײַן מאַן דווקא דאָס ערשטע „גיי‟־פּאָרפֿאָלק חתונה צו האָבן אין אַ ייִדישער צערעמאָניע, וואָס ווערט אָנערקענט דורך דער בריטישער רעגירונג ווי אַ „פֿולע‟ חתונה.
„ווען מיר האָבן געזאָגט אונדזער ראַבינערקע מרים בערגער, אַז מיר ווילן חתונה האָבן, איז זי, צוזאַמען מיט דער גאַנצער קהילה, געווען זייער צופֿרידן‟, האָט קאַופֿמאַן דערקלערט. „ס׳האָט בכלל ניט געמאַכט קיין אונטערשייד, וואָס מיר זענען פֿונעם זעלביקן מין. מע האָט אונדז געהאָלפֿן אַראַנזשירן די חתונה, אַזוי ווי בײַ אַלע אַנדערע פּאָרפֿעלקער.‟
אלי קאַופֿמאַן איז אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל, אין אַ וועלטלעכער משפּחה. ער אַרבעט אין אַ טעכנאָלאָגיע־פֿירמע און איז אַריבערגעפֿאָרן קיין ענגלאַנד מיט פֿינף יאָר צוריק צוליב דער אַרבעט. ווי בײַ אַ סך הײַנטיקע פּאָרפֿעלקער האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן מאַן פּאָול אויף דער אינטערנעץ.
„איך און פּאָול האָבן ביידע געוווינט אין צפֿון לאָנדאָן און מיר וווינען צוזאַמען שוין צוויי יאָר‟, האָט קאַופֿמאַן דערקלערט. „פּאָול שטאַמט פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה אָבער האָט קיינמאָל ניט געהאַלטן פֿון דער רעליגיע און האָט ניט געהאַט קיין שײַכות מיט זײַן ייִדישער אידענטיטעט. כאָטש איך בין קיינמאָל ניט געווען פֿרום, האָב איך דווקא אין ענגלאַנד געוואָלט ווערן אַ טייל פֿון אַ ייִדישער קהילה און איך האָב דערפֿאַר געוואָלט זיך אָנשליסן אין אַ שיל. ס׳איז פֿאַר אונדז ביידן געווען אַ לאַנגער וועג צו געפֿינען אַ פּאַסיקע, וואַרעמע קהילה, וואָס זאָל אונדז האַרציק אָננעמען. מיר זענען צופֿרידן מיט אונדזער רעפֿאָרם־קהילה. מיר האָבן געהאַט זייער אַ רירנדיקע צערעמאָניע‟.
צוליב דעם וואָס אליס משפּחה וווינט אין ישׂראל, האָבן די צוויי משפּחות זיך באַקענט צום ערשטן מאָל דווקא אויף דער חתונה. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ לאָנדאָנער משפּחה, האָט די משפּחה גינזבורג פֿאַרבעטן די מחותּנים אויף אַ טראַדיציאָנעלער בריטישער טיי, נאָר מיט אַ ייִדישן קנייטש: אויף טיי האָט מען סערווירט פֿיש־קניידלעך.
„פּאָול איז שוין לאַנג ׳אַרויס׳ (אָפֿן וועגן זײַן סעקסועליטעט) מיט זײַן משפּחה. ווען ער האָט מיך באַקענט מיט זײַנע קרובֿים, האָבן זיי זיך באַצויגן וואַרעם און פּאָזיטיוו צו מיר. זיי זענען געווען זייער גליקלעך, וואָס ער האָט געפֿונען אַ ייִדישן פּאַרטנער‟.
מיט זײַן אייגענער משפּחה איז די מעשׂה געווען אַ ביסל מער קאָמפּליצירט. „איך בין נאָר הײַיאָר ׳אַרויסגעקומען׳ צו זיי‟, האָט קאַופֿמאַן דערקלערט. „איך האָב זיי באַקענט מיט פּאָולן און זיי געלאָזט וויסן, אַז מיר פּלאַנירן חתונה צו האָבן. ס׳איז דווקא זייער גוט געגאַנגען, בעסער אַפֿילו, ווי איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. מײַן משפּחה האָט אונדז שטאַרק געשטיצט און ווען פּאָול און איך זענען געפֿאָרן קיין ישׂראל האָבן זיי אונדז זייער שיין אויפֿגענומען‟.
כאָטש דאָס גליקלעכע פּאָרפֿאָלק, וואָס געפֿינט זיך איצט אויף זייער קוש־וואָך, איז שטאָלץ צו זײַן דאָס ערשטע „גיי‟־פּאָרל חתונה צו האָבן אין אַ בריטישער שיל, זענען זיי אַ ביסל פֿאַרחידושט, וואָס מע מאַכט אַזאַ גדולה דערפֿון. „מיר האָבן ניט פּרובירט מפֿרסם זײַן וועגן אונדזער חתונה האָבן‟, האָט קאַופֿמאַן דערקלערט. „פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, זענען מיר צופֿרידן, וואָס מיר קענען לאָזן מענטשן וויסן וועגן אונדזער קהילה, וואָס איז אַזוי מאָדערן און געצילט אויף דער צוקונפֿט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.