ווען עמעצער וויל אויסגעפֿינען עפּעס וועגן די סקווערער חסידים אויף דער אינטערנעץ, קומט אַרויס אַ גאַנצע כוואַליע צווייפֿלהאַפֿטיקע און ממש עקלדיקע מעשׂיות. די דאָזיקע גרופּע פֿרומע ייִדן ווערט געשילדערט אין דער מאַסן־מעדיע ווי אַ באַנדע סעקסועלע באַלעסטיקער, מאַפֿיאָזאָ־שווינדלער, רוצחים און גיי ווייס וואָס נאָך.
דעם 3טן דעצעמבער, האָט דער Forward פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן געוויסע אומאָנגענעמע סודות פֿונעם חסידישן שטעטל ניו־סקווער, וואָס געפֿינט זיך לעבן מאָנסי, אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק. כּלומרשט, גלייבן די אָרטיקע תּושבֿים, אַז זייער רבי איז אַ הייליקער צדיק, הגם ער אַליין פֿירט זיך אויף ווי אַ געפֿערלעכער צבֿיעותדיקער דיקטאַטאָר. ניו־סקווער איז טאַקע אַ סתּירותדיק אָרט, וואָס רופֿט בײַ מיר אַרויס אַ געמיש פֿון גוטע און שלעכטע פּערזענלעכע אַסאָציאַציעס. לויט מײַן דערפֿאַרונג, קלינגט אָבער גאָלדבערגערס אַרטיקל צו נעגאַטיוו.
איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געטראָפֿן אַ סקווערער חסיד, וואָס גלייבט טאַקע ערנסט אינעם רבינס צידקות, הגם איך קען די דאָזיקע גרופּע שוין כּמעט 20 יאָר. אַ טייל האַלטן, אַז ער איז אַ געראָטענער מנהיג, אָבער אַן עכטער „בעל־שמסטער‟ בעל־מופֿת — קיינמאָל נישט. אַ צאָל מײַנע סקווערער באַקאַנטע זענען דווקא סימפּאַטישע און רעאַליסטישע מענטשן. צום רבין באַציִען זיי זיך, בפֿרט אין די לעצטע יאָרן, מיט אַ גרויסן ספֿק. דאָס שטעטל קריטיקירן זיי אויך גאַנץ שאַרף — לכל־הפּחות, אין אַ שמועס מיט זייערע חבֿרים.
צום ערשטן מאָל האָב איך זיך באַקענט מיט די רוסישע סקווערער בעל־תּשובֿות און די אַמעריקאַנער חסידים אין פּעטערבורג, מאָסקווע און אוקראַיִנע. מער ווי אַ האַלב יאָר האָב איך געוווינט אין באַרדיטשעוו, וווּ מיט דער אָרטיקער שיל האָט אָנגעפֿירט אַן עכטער אַמעריקאַנער חסיד פֿון ניו־סקווער, הרבֿ שלמה־יום־טובֿ ברײַער. אין 1996־1997, ווען איך בין דאָרטן געווען, האָט ער שוין צעשיקט אין אַנדערע לענדער די תּלמידים פֿון זײַן ישיבֿה, וועלכע האָבן זיך אויסגעלערנט צו רעדן פֿליסיק ייִדיש. הגם דער רבֿ און די רביצין האָבן זיך אַליין אויסגעלערנט רוסיש, האָבן זיי געשאַפֿן אַן אָרט, וווּ די אָרטיקע ייִדן האָבן געקאָנט זיך אײַנטונקען אינגאַנצן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה.
ברײַערס ישיבֿה איז געווען אַן אוניקאַל מוסד אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ייִדיש איז געווען אַ נייטיקער און אינטענסיווער עלעמענט פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אַן אַנדער שליח פֿונעם סקווערער רבין, הרבֿ לייבל סורקיס, האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיט אַן אַנדער צווײַג פֿון די רוסישע סקווערער אין וויניצע, נישט ווײַט פֿון באַרדיטשעוו. דאָרטן האָט מען אָבער געדערט אויף רוסיש.
דער מאָסקווער ליובאַוויטשער זשורנאַל „לחיים‟ האָט אין די 1990ער יאָרן געהאַט אַ ייִדישן אָפּטייל, אָנגעשריבן אויף אַ גוטער ליטעראַרישער שפּראַך. דער רעדאַקטאָר, חיים מוכער, האָט זיך אַליין אויסגעלערנט ייִדיש בעת זײַן מיליטער־דינסט אין ביראָבידזשאַן. אין דער דאָרטיקער אַרמיי־ביבליאָטעק זענען געלעגן אַ סך ייִדישע ביכער. מוכער האָט זיך דעמאָלט, און במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט שפּעטער, געהאַלטן פֿאַר אַ סקווערער חסיד. איצט איז ער נענטער צו ליובאַוויטש.
ליובאַוויטש בלײַבט דאָס פּאָפּולערסטע חסידות צווישן די רוסישע בעל־תּשובֿות. אויפֿן צווייטן אָרט שטייט, מסתּמא, בראַצלעוו. אַ ריי אַנדערע גרופּעס האָבן אָבער צוגעצויגן אַ מערקווירדיקע צאָל רוסיש־רעדער. ווי באַלד דאָס אָריגינעלע שטעטל סקווירע, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי סקווער, געפֿינט זיך אין אוקראַיִנע, האָבן נישט ווייניק ייִדישע משפּחות אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ היסטאָריש שײַכות צו די טשערנאָבילער חסידים. ממילא, האָבן די סקווערער אַרויסגערופֿן בײַ זיי אַ לעבעדיקן אינטערעס, ווי הײַנטצײַטיקע ממשיכים פֿונעם טשערנאָבילער דרך.
דאָס קליינע קרײַזל פֿון די רוסישע סקווערער באַטראַכטן דאָס אַמעריקאַנער שטעטל בלויז ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן שאָטן פֿונעם אוקראַיִנישן אַמאָל. די באַגײַסטערטע בעל־תּשובֿות, וווינענדיק אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָבן ערנסט געגלייבט, אַז דער סקווערער רבי מוז זײַן אַן אמתער צדיק — אָבער בלויז צוליב דעם, וואָס ער רעפּרעזענטירט אַ באַרימטע דינאַסטיע פֿון די אוקראַיִנישע צדיקים.
צווישן די פֿאַראינטערעסירטע יחידים אָדער די תּלמידים פֿון די דערמאָנטע סקווערער קירובֿ־אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע, האָט קיינער נישט באַשלאָסן צו באַזעצן זיך אויף שטענדיק אין ניו־סקווער. אַ טייל וווינען אין מאָנסי, קאַנאַדע, ירושלים, אויסטראַליע. דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ סוכּות האָב איך פֿאַרבראַכט מיט אַ רוסישער סקווערער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק. דער טאַטע איז מײַנער אַן אַלטער חבֿר, וואָס איך קען אים נאָך פֿון באַרדיטשעוו. צו ניו־סקווער באַציט ער זיך מיט אַ געוויסן דרך־ארץ, אָבער צו וווינען דאָרטן וואָלט ער אַפֿילו נישט געחלומט.
די עיקר־סיבה, וואָס האָט אָפּגעשטויסן נישט ווייניק רוסישע חסידים פֿון ניו־סקווער, איז נישט דער שטרענגער לעבנס־שטייגער, נאָר דער שאַרפֿער קולטורעלער אונטערשייד צווישן די אוקראַיִנישע שרשים און די אַמעריקאַנער חסידים, וואָס שטאַמען כּמעט דורכאויס פֿון עסטרײַך־אונגערן.
אין ניו־סקווער איז פֿאַרשפּרייט אַן אומאָנגענעמער סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די אייניקלעך פֿון עסטרײַך־אונגערישע אימיגראַנטן האַלטן זיך פֿאַר עכטע „היימישע חסידים‟, און קוקן אַראָפּ אויף די רוסישע בעל־תּשובֿות. מײַנער אַ חבֿר פֿון מאָסקווע, וואָס שטאַמט אָפּ פֿונעם בעל־שם־טובֿ, האָט געוווינט אין ניו־סקווער במשך פֿון עטלעכע יאָר. נאָך אַ לאַנגער ריי פֿאַרשיידענע אומבאַקוועמע סיטואַציעס, האָט ער געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז דער ניו־יאָרקער פּראָיעקט איז אַ פֿאַלשע פּאַראָדיע פֿונעם אַמאָליקן אוקראַיִשן שטעטל.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די רוסישע בעל־תּשובֿות געפֿינען זיך אין אַן אַנדער סאָציאַלער סיטואַציע, ווי די אײַנגעבוירענע ניו־סקווערער. די „אָפּגעפֿאָרענע‟ חסידים פֿילן זיך אָפֿט אומבאַהאָלפֿן און אָפּגעפֿרעמדט אין דער נישט־ייִדישער וועלט, ווי אויך אָפּגעריסן פֿון זייערע פֿרומע משפּחות.
להיפּוך, זענען ס׳רובֿ רוסישע בעל־תּשובֿות געבילדעטע אומאָפּהענגיקע מענטשן. ווען זיי וואָלטן „אָפּגעפֿאָרן‟, וואָלטן זייערע וועלטלעכע משפּחות געווען דווקא צופֿרידן, אַז זייערע קינדער זענען אַוועק פֿון די „שוידערלעכע‟ חסידים. די, וואָס האָבן באַשלאָסן צו ווערן סקווערער חסידים, האָבן אויסגעקליבן אַזאַ דרך צוליב פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן. אַדרבה, זיי מוזן צווינגען זיך אַליין אַרײַנצופּאַסן אין אַ לאַוו־דווקא פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה. די, וואָס ווערן אַנטוישט, קאָנען גרינג אַריבערגיין אין ליובאַוויטש, בראַצלעוו, נטורי־קרתּא צי אַן אַנדער חבֿרה, וווּ בעל־תּשובֿות זענען נישט קיין נאָווינע און שטייען גענוג אָפֿט אויבן־אָן, אָדער בלײַבן אומאַפֿיִיִלירטע זוכער פֿון חסידישע גײַסטיקע אוצרות.
דאָס וווינען במשך פֿון עטלעכע חדשים מיט אַ סימפּאַטישער סקווערער רבנישער משפּחה אין באַרדיטשעוו, האָט בײַ מיר אויך איבערגעלאָזט אַ גוטן רושם. די טוריסטן פֿון ניו־סקווער, וואָס באַזוכן כּסדר די קבֿרי־צדיקים אין אוקראַיִנע, זענען מיר אויך געפֿעלן. מיט הרבֿ ברײַער האָב איך אַמאָל באַזוכט דעם עוואַקויִרטן געשפּענסטיקן טשערנאָביל, וווּ עס שטייט דער אַלטער שיל פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין, און וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר.
אין אַ פּאָר יאָר נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָב איך חתונה געהאַט מיט מײַן ערשטער פֿרוי, אַ פֿרישע אַמעריקאַנער בעל־תּשובֿה, וועלכע האָט דעמאָלט טאַקע געוווינט — אָדער, פּינקטלעכער צו זאָגן, כּסדר דאָרטן פֿאַרבראַכט, האָבנדיק אַ היים אין קווינס — דווקא אין ניו־סקווער. ווען איך האָב באַקומען אַ ברכה פֿונעם סקווערער רבין פֿאַרן זיווג, האָט ער אויף מיר געשאַפֿן אַן אײַנדרוק פֿון אַ סימפּאַטישן, אָרנטלעכן מענטש. הרבֿ ברײַער איז ספּעציעל געקומען מיט זײַן רביצין פֿון באַרדיטשעוו אויף אונדזער חתונה.
דאָס איז געווען כּמעט 15 יאָר צוריק. שפּעטער האָב איך נאָך עטלעכע מאָל באַזוכט ניו־סקווער און פֿאַרבראַכט דאָרטן שבת. איך האָב זיך אַנטוישט, אַז דער רבי קוויטשעט משונהדיק בײַם טיש, אָבער זאָגט נישט קיין טיפֿע סודות־התּורה; אַן עכטער חסידישער רבי מוז דאָך זײַן אַן עכטער מקובל און פֿאַרשפּרייטן פּנימיות־התּורה. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן ס׳רובֿ סקווערער חסידים, צום בעסטן, בלויז זייער אויבערפֿלעכלעכע ידיעות וועגן די ספֿרי־חסידות פֿון זייער אייגענע טראַדיציע, און צו אַ ריי אַנדערע טראַדיציעס באַציִען זיי זיך מיט אַ גרויסן חשד.
אַ באַזונדערס שאַרפֿע שׂינאה קעגן דעם בראַצלעווער חסידות, אָן קיין ראַציאָנעלע אַרגומענטן, איז אָנגענומען אין ניו־סקווער ווי אַן אָפֿיציעלע שיטה. ווען איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכט די גרויסע שיל אינעם שטעטל, האָב איך באַמערקט, אַז אינעם באַקאַנטן ספֿר „טעמי המנהגים ומקורי הדינים‟, אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע מנהגים, האָט עמעצער צעריסן דאָס זײַטל, וווּ רבי נחמן ווערט בלויז דערמאָנט. מײַן ליבשאַפֿט צו רבי נחמנס דרך איז געווען אַן אַנדער וויכטיקע סיבה, צוליב וועלכער איך וואָלט נישט געקאָנט זיך באַציִען ערנסט צו זײַנע שׂונאים.
דעם 22סטן מײַ 2011, ווען ייִדן אין דער גאַנצער וועלט האָבן געפּראַוועט ל״ג־בעומר, איז אין ניו־סקווער אויסגעבראָכן אַ באַזונדערס ווילדע אַכזריותדיקע מעשׂה. יונגע כוליגאַנען האָבן געפּרוּווט צו פֿאַרברענען אויף טויט אַ מענטש, וועלכער איז שיִער נישט געשטאָרבן פֿון געפֿערלעכע פֿײַער־וווּנדן. מילא, קאָן מען איבעראַל טרעפֿן שלעגער און רוצחים. דער רבי האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט מבֿקר־חולה צו זײַן דעם פֿאַרוווּנדעטן אָדער צו בעטן בײַ אים מחילה. די פּאָליציי האָט חושד געווען, אַז ער אַליין איז געווען פֿאַרמישט.
מיט עטלעכע חדשים נאָך דער דאָזיקער שאָקירנדיקער מעשׂה, איז דעם רבינס ברכה בטל געוואָרן. איך האָב זיך געגט מיט מײַן ערשטער פֿרוי; גלײַך מיט עטלעכע טעג נאָכן גט, האָט זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט אַן אַנדער סקאַנדאַל. דער אַנטוישטער רעזשיסער מנחם דאַום, וועלכער האָט גאַנץ סימפּאַטיש געשילדערט ניו־סקווער אין זײַן דאָקומענטאַר וועגן די חסידים אינעם יאָר 1997, ווען איך האָב געוווינט מיט הרבֿ ברײַער אין באַרדיטשעוו, האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף ענגליש גאָר אַן עקלדיקן פֿראַגמענט פֿון אַ הײַנטצײַטיקן אָפֿיציעלן סקווערער חינוך־ספֿר פֿאַר קינדער, לויט וועלכן „די נאַטור פֿון צדיקים איז פֿײַנט צו האָבן גויים‟, און אַז מע טאָר נישט רעדן מיטן געהאַסטן גוי „חס־ושלום מיט פֿרײַנדשאַפֿט‟, ווײַל „דאָס גאַנצע עצם פֿון אַ גוי און שלעכט און טמא‟.
אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף מײַן פּערזענלעכער אַנטוישונג, בין איך נישט מסכּים מיט די גוזמאדיקע זשורנאַליסטישע רעפּאָרטאַזשן. באַזונדערס בין נישט מסכּים, ווען אַזעלכע מעשׂיות ווערן אַסאָציִיִרט אין דער פּרעסע מיט חסידות. אין דער אמתן, זענען די הײַנטיקע ניו־סקווערער נענטער אין זייער געדאַנגען־גאַנג צו די אַמאָליקע מתנגדים, וואָס האָבן אַרײַנגעלייגט די חסידים אין חרם. אַדרבה, די דערמאָנטע עקלדיקע דעות וועגן גויים קומען אין אַ בולטער סתּירה מיט די עכטע מקובלים און חסידישע צדיקים, וואָס באַטאָנען, אַז כּדי צו דערגרייכן אַ השׂגה אין רוחניות, מוז מען ליב האָבן אַלע מענטשן.
צום באַדויערן, האָבן די ניו־סקווערער האַלב־מתנגדים פֿאַרלאָזט אויף הפֿקר דעם רײַכן אוצר פֿון רוחניות, וואָס שטעקט אין זייער אייגענער חסידישער טראַדיציע. וועגן דעם דאָזיקן חכמה־אוצר, וואָס ציט צו אַפֿילו קרעסטלעכע פּראָפֿעסאָרן און טעאָלאָגן, וועל איך דערציילן אין מײַן קומענדיקן אַרטיקל, וווּ איך וועל אויך מסביר זײַן, פֿאַרוואָס איך באַטראַכט די פֿינצטערע זײַט פֿון ניו־סקווער דווקא מיטן מתנגדישן דרך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.