צווישן די בעסטע אויסלענדישע פֿילמען, וואָס זענען נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן פּריז „גאָלדענער גלאָבוס‟, האָט דער זשורי אויסגעקליבן דעם ישׂראלדיקן פֿילם „גט: דער מישפּט איבער וויוויאַן אַמסאַלעם‟, וווּ עס ווערן געשילדערט די שווערע סיטואַציעס, מיט וועלכע עס טרעפֿן זיך די ייִדישע פּאָרפֿעלקער, וואָס באַשליסן זיך צו גטן.
דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ ברודער און שוועסטער, רונית און שלמה אלקבץ. רונית אלקבץ שפּילט די הויפּט־ראָלע פֿון אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, וואָס פּרוּווט במשך פֿון 5 יאָר צו קריגן אַ גט פֿון איר מאַן. דער מאַן זאָגט זיך אָפּ דאָס צו טאָן, און דאָס רבנות קאָן זי נישט באַפֿרײַען אָן זײַן רשות.
דאָס איז דער דריטער פֿילם אין דער טרילאָגיע, וואָס די צוויי סצענאַריסטן און רעזשיסאָרן האָבן געשאַפֿן צוזאַמען. אינעם יאָר 2004 האָבן די ברודער און שוועסטער אלקבץ אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם „צו נעמען אַ פֿרוי‟, און אין 2008 — „שיבֿעה‟. אין די פֿריִערדיקע פֿילמען ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון די זעלבע פּערסאָנאַזשן.
דער זשורנאַל Variety („וואַריעטע‟) האָט איבערגעגעבן, אַז דער לעצטער טייל פֿון דער קינאָ־טרילאָגיע האָט משפּיע געווען אויף אַ גאַנצער געזעלשאַפֿטלעכער באַוועגונג אין ישׂראל, וואָס האָפֿט צו בײַטן די געזעצן, צוליב וועלכע אַ טייל פֿרויען בלײַבן אין געפֿענקעניש פֿון זייערע עקשנותדיקע מענער. דער זשורנאַל גיט צו, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם ישׂראלדיקן מלוכישן רבנות פּלאַנירט צו ווײַזן דעם פֿילם בעת דעם קומענדיקן צוזאַמענטרעף פֿון די רבנים אין פֿעברואַר.
רונית אלקבץ האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיטן קינעמאַטאָגראַפֿישן זשורנאַל „האָליוווּד רעפּאָרטער‟, אַז צוזאַמען מיט איר ברודער האָט זי אָנגעשריבן אַ סצענאַר, וואָס איז באַגרינדעט אויף אַ זייער פּשוטן פֿאַקט פֿונעם הײַנטיקן ישׂראלדיקן לעבן: אויב אַ פֿרוי וויל אַוועק פֿון איר מאַן, מוז ער מסכּים זײַן צו געבן איר אַ גט. די רעזשיסאָרין האָט איבערגעגעבן, אַז זי שטאָלצירט מיט דעם, וואָס איר מעשׂה וועגן וויוויאַן האָט באַקענט די וועלט מיטן קאַמף פֿון די ישׂראלדיקע פֿרויען פֿאַר גלײַכקייט און פֿרײַהייט.
דער רוסישער פֿילם „לוויתן‟, וואָס האָט אויך געוווּנען אַ נאָמינאַציע פֿאַרן „גאָלדענעם גלאָבוס‟, איז באַגרינדעט אויף דער תּנ״כישער מעשׂה וועגן איובֿ און שילדערט דעם קאַמף פֿון אַ פּשוטן אַרבעטער קעגן די רדיפֿות פֿון אַ קאָרומפּירטן רעזשים. די אַנדערע צוויי נאָמינאַנטן זענען דער שוועדישער פֿילם „פֿאָרס מאַזשאָר‟ און דער עסטלענדישער „מאַנדאַרינען‟ (אויף ענגליש — Tangerines), וועגן דער מלחמה אין אַבכאַזיע.
דעם 11טן יאַנואַר וועט דער זשורי אויסקלײַבן די געווינער און אָנרופֿן זיי מיט פֿיר טעג שפּעטער. צווישן די קורצע פֿילמען איז נאָמינירט געוואָרן דער ישׂראלדיקער פֿילם „אַיה‟, וועגן אַ פֿרוי, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ שאָפֿער, כּדי צו באַקענען זיך מיט אַ דענישן געשעפֿטסמאַן אינעם תּל־אָבֿיבֿער עראָפּאָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.