ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

קײסוקע סוגיהאַראַ (דריטער פֿון לינקס) מיט אַ בילד פֿון זײַן עלטער־זיידן, כיונע סוגיהאַראַ, בעת זײַן באַזוך אין דער ייִדישער קהילה אין סידניי
Gareth Narunsky
קײסוקע סוגיהאַראַ (דריטער פֿון לינקס) מיט אַ בילד פֿון זײַן עלטער־זיידן, כיונע סוגיהאַראַ, בעת זײַן באַזוך אין דער ייִדישער קהילה אין סידניי

פֿון שרה זילבערמאַן

Published December 15, 2014, issue of January 02, 2015.

סידנעיער ייִדן באַדאַנקען דעם יורש פֿון כיונע סוגיהאַראַ

קײסוקע סוגיהאַראַ, דאָס 21־יאָריקע אור־אײניקל פֿון כיונע סוגיהאַראַ, איז בײַגעװען אױף אַן אונטערנעמונג אין אָנדענק פֿונעם יאַפּאַנישן דיפּלאָמאַט, װאָס האָט געראַטעװעט 3,500 ייִדן פֿון די נאַציס אין ליטע בעתן חורבן.

דער עלטערער סוגיהאַראַ האָט אױסגעשריבן װיזעס פֿאַר ליטװישע און פּױלישע ייִדן, כאָטש זײַן רעגירונג האָט אָפּגעזאָגט זײַן בקשה צוצושטעלן די װיזעס. די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אינעם סידנעיער ייִדישן מוזעום, אין דער אָנװעזנהײט פֿון די יורשים פֿון אַ טײל פֿון די ייִדן װעלכע דער עלטערער סוגיהאַראַ האָט געראַטעװעט. דער „יד־ושם‟ האָט אַנערקענט כיונע סוגיהאַראַן װי אײנער פֿון די חסידי עומות העולם אין 1984.

פּרעמיע פֿאַר פֿילם וועגן סעקסועלע פֿאַברעכנס אין ליובאַוויטשער קרײַזן

דען גאָלדבערג, דער געװעזענער רעדאַקטאָר פֿון דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, און דער פֿילמאָגראַף דעני בן־משה האָבן געװוּנען די בכּבֿודיקע אױסטראַלישע „װאָלקלי פּרעמיע‟ פֿאַר זײער דאָקומענטאַר־פֿילם, „דער קאָדעקס פֿון שװײַגן‟ [The Code of Silence].

דער פֿילם פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכנס, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן ייִדישע קינדער אין די ליובאַװיטשער קרײַזן אין מעלבורן. דער פֿילם באַטראַכט די רעזולטאַטן פֿון די פֿאַרברעכנס אינעם לעבן פֿון מעני װאַקס, אַלײן אײנער פֿון די געליטענע און אַן אָנפֿירער פֿון דער קאָמפּאַניע צו זוכן יושר, און זײַנע עלטערן, װעלכע זײַנען אױסגעשלאָסן געװאָרן פֿון די לאָקאַלע ליובאָװיטשער קרײַזן װי אַ רעזולטאַט פֿון דער קאָמפּאַניע. װאַקס’ עלטערן װױנען איצט אין מדינת־ישׂראל.

אַ חופּה אין אַ מעלבורנער מושבֿ־זקנים

די קראַנקן־שװעסטער נאַטאַשאַ כּ”ץ און איר חתן, טבֿיה גאַרפֿינקעל, האָבן גענומען חופּה וקדישין אינעם לאָקאַל פֿונעם מעלבורנער מושבֿ־זקנים אױפֿן נאָמען משה מאָנטעפֿיורע. די כּלה אַרבעט אינעם מושבֿ־זקנים. זי זאָגט, אַז זי האָט באַשלאָסן חתונה צו האָבן בײַ דער אַרבעט װײַל זי װיל אַז אַלע אירע ליבע — משפּחה, פֿרײַנד און די אײַנװױנער פֿונעם מושבֿ־זקנים— זאָלן קענען בײַזײַן אױף דער חופּה.

נײַע אױסשטעלונג װעגן דער שארית־הפּליטה

אַ נײַע אױסשטעלונג, װאָס האָט זיך ערשט געעפֿנט בײַם ייִדישן חורבן פֿאָרשצענטער און מוזעום אין מעלבורן, הײסט „מיטן פּנים צום עבֿר‟, און פֿאַרנעמט זיך מיט די 36 מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, װעלכע אַרבעטן נאָך פֿרײַװיליק בײַם חורבן־צענטער, װאָס פֿײַערט הײַ־יאָר 30 יאָר אַרבעט אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. דער פּרעזידענט פֿונעם צענטער האָט באַשריבן די 36 װי „אונדזערע טײַערע אוצרות‟.

די שיל אין באַלאַראַט פֿײַערט חנוכּה

די אָרטאָדאָקסישע שיל אין דער שטאָט באַלאַראַט, װיקטאָריע, װאָס האָט נישט קײן רעגולערן מנין, װעט פֿײַערן חנוכּה אינעם אָװנט פֿונעם 6טן ליכטל. די שיל איז געגרינדעט געװאָרן אין מיטן פֿונעם געיעג נאָך גאָלד, װאָס איז אױסגעבראָכן אין באַלאַראַט במשך פֿון די 1850ער יאָרן. עס דױערט אַן ערך 150 מינוט צו פֿאָרן קײן באַלאַראַט פֿון די ייִדישע געגנטן אין מעלבורן, װוּ עס װױנט די נאָענטסטע גרעסערע ייִדישע באַפֿעלקערונג.

נײַער פֿאָנד אין סידנעי מעלדעט זײַנע ערשטע בײַשטײַערונגען

די װאָלפּער ייִדישע שפּיטאָל־געזונט פֿונדאַציע, װאָס איז ערשט געגרינדעט געװאָרן אין חודש פֿעברואַר הײַ־יאָר, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אירע ערשטע זעקס פֿינאַנציעלע בײַשטײַערונגען אין סידנעי.

די מיסיע פֿון דער פֿונדאַציע איז אונטערצושטיצן איניציאַטיװן צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־צושטאַנד פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג און אױך פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. די בײַשטײַערונגען װעלן צעטײלט װערן צװישן די אָרגאָניזאַציעס קעמפּ סאַבאַבאַ, סאַבאַבאַ לאַגעמבאַ (בײדע זײַנען אַן אָפּרו־אָרט פֿאַר יונגע ייִדן און קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן), די „מתּנה פֿון לעבן — אױסטראַליע‟, דער „ראַק־בירושה קליניק‟, דאָס „ייִדישע הױז‟, דער „פֿרײַנדשאַפֿט־קרײַז — ניו סאַוט װײלס‟ און „פּאַרקינסאָנס — ניו סאַוט װײלס‟.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.