צוויי טויטע נאָך דער סידנייער פֿאַרכאַפּונג

Sydney Hostage Siege Ends With Two Dead

אַ פּאָליציאַנט און אַ מעדיקער פֿירן אַרויס אַ פֿאַרכאַפּטן פֿונעם קאַפֿע „לינדט‟
Getty Images
אַ פּאָליציאַנט און אַ מעדיקער פֿירן אַרויס אַ פֿאַרכאַפּטן פֿונעם קאַפֿע „לינדט‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 15, 2014, issue of January 02, 2015.

דעם 16טן דעצעמבער, 2 אַזייגער בײַנאַכט לויט דער אויסטראַלישער צײַט, האָבן די תּושבֿים פֿונעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון סידניי דערהערט אַ הויכע שיסערײַ אינעם פּאָפּולערן קאַפֿע „לינדט‟. מיט 16 שעה נאָך דעם פֿאַרכאַפּונג־אינצידענט אין אַ סידניי, האָט די פּאָליציי זיך אַרײַנגעריסן אינעם קאַפֿע מיט ביקסן און גראַנאַטן. אין דער אָפּעראַציע האָבן זיך באַטייליקט הונדערטער פּאָליציאַנטן.

לויט דער טעלעוויזיע־קאַנאַל ABC, זענען צום ווייניקסטן צוויי מענטשן אומגעקומען, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַרכאַפּער. דרײַ פֿון די 7 פֿאַרוווּנדעטע געפֿינען זיך אין אַ קריטישן מצבֿ.

מאָנטיק אינדערפֿרי, ווען דער אָנפֿאַל איז אויסגעבראָכן, האָט מען אין אויסטראַליע פֿאַרמאַכט אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. די ייִדישע פֿירער האָבן איבערגעגעבן, אַז דער אינצידענט האָט אַרויסגערופֿן אַ זאָרג וועגן אַנדערע מעגלעכע טעראָר־אַטאַקן. לכל־הפּחות איין ייִדישע אינסטיטוציע איז געבליבן פֿאַרמאַכט במשך פֿון עטלעכע שעה נאָכן אָנפֿאַל, און אין אַ צאָל אַנדערע האָט מען אײַנגעפֿירט שטרענגע זיכערהייט־מיטלען.

דער צענטראַלער ראַיאָן פֿון סידניי איז געבליבן מאָנטיק אומרויִק און פֿול מיט די פּאָליציאַנטן פֿונעם ספּעציעלן אַנטי־טעראָריסטישן אָפּטייל. דאָס אָפּערע־הויז און אַ צאָל אַנדערע שליסל־בנינים זענען עוואַקויִרט געוואָרן.

דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, משה יעלון, האָט מאָנטיק באַטאָנט, אַז דער אַטאַק איז „מסתּמא דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון אַן איסלאַמיסטישער טעראָר־גרופּע‟. יעלון האָט צוגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג, וואָס האַלט אָן נאָענטע באַציִונגען מיט אויסטראַליע, איז גרייט צו העלפֿן.

דער אויסטראַלישער פּרעמיער־מיניסטער, טאָני אַבאָט, האָט אויך באַטאָנט אין אַ שמועס מיט די זשורנאַליסטן, אַז דער אָנפֿאַלער האָט געהאַט פּאָליטישע מאָטיוון. די מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסטראַליע האָבן פֿאַרדאַמט דעם בלוטיקן אָנפֿאַל.

לכל־הפּחות 6 פֿאַרכאַפּטע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן במשך פֿון די ערשטע 12 שעה נאָכן אָנפֿאַל. גד אלבז, אַ ישׂראלדיקער ספֿרדישער זינגער, וועלכער איז זונטיק אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין סידניי, איז געגאַנגען מאָנטיק אינדערפֿרי צוזאַמען מיט זײַן טאַטן און חבֿרים אין דער קאַפֿעטעריע. זיי זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿון דאָרטן גלײַך פֿאַרן אינצידענט. אלבז האָט פֿאַרגליכן זײַן אָפּראַטעווען זיך בשלום מיטן נס־חנוכּה.

דער פּאָליציי־קאָמיסאַר, ענדרו סיפּיאָן, האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו באַצייכענען די געשיכטע ווי אַ טעראָר־אַקט און באַמערקט, אַז די מאָטיוון פֿונעם פֿאַרכאַפּער בלײַבן אומקלאָר. די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז דער פֿאַרכאַפּער הייסט מאַן האַראָן מאָניס. זײַן אַדוואָקאַט, מעני קאָדיציס, האָט דערקלערט, אַז דער אָנפֿאַלער האָט נישט רעפּרעזענטירט קיין טעראָריסטישע גרופּעס און האָט דורכגעפֿירט זײַן אַטאַק בלויז ווי אַ צעחושטער יחיד, וואָס „זײַן שטאַרקע אידעאָלאָגיע האָט פֿאַרבלענדט זײַן שׂכל‟.

דער אינצידענט איז אויסגעבראָכן בערך 9:45 אינדערפֿרי. אַ באַוואָפֿנטער מאַן האָט זיך אַרײַנגעריסן מיט אַ ביקס אינעם קאַפֿע „לינדט‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿון דער שטאָט, וווּ עס האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען בערך 15 מענטשן. אויף דער טעלעוויזיע האָט מען געוויזן, אַז צוויי פֿאַרכאַפּטע האָבן געהאַלטן בײַם פֿעצנטער פֿון דער קאַפֿעטעריע אַן איסלאַמיסטישע שוואַרץ־און־ווײַסע „שאַהאַדאַ‟־פֿאָן; דער פֿאַרכאַפּער האָט זיי געצוווּנגען אַרויסצוהענגען דעם דאָזיקן סימבאָל.

דער 49־יאָריקער מאַן האַראָן מאָניס איז אָנגעקומען קיין אויסטראַליע אינעם יאָר 1996 ווי אַ פּליט פֿון איראַן. וווינענדיק אין אויסטראַליע, האָט ער זיך דערקלערט ווי אַ גײַסטיקער פֿירער און היילער, אַ מומחה אין אַסטראָלאָגיע, מעדיטאַציע און אַנדערע מיסטישע חכמות. דער דאָזיקער פּאַרשוין איז שוין געווען עטלעכע מאָל באַשולדיקט אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס און אינעם צעשיקן דראָונגען צו די קרובֿים פֿון די אויסטראַלישע סאָלדאַטן, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן בעת מיליטערישע אָפּעראַציעס אין אַפֿגאַניסטאַן.

אינעם יאָר 2013, איז דער „גײַסטיקער פֿירער‟ באַשולדיקט געוואָרן ווי אַ אומדירעקט באַטייליקטער אינעם דערשטעכן און פֿאַרברענען זײַן געוועזענע פֿרוי. מע האָט חושד געווען, אַז די אַנדערע פֿרוי, מיט וועלכער ער האָט לעצטנס געוווינט, איז באַגאַנגען דאָס דאָזיקע פֿאַרברעכן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט אַ סינדייער פֿרוי זיך אָנגעקלאָגט, אַז אינעם יאָר 2002 האָט דער „שייך‟ זי סעקסועל באַלעסטיקט מיט זײַנע „רפֿואה־מעטאָדן‟.