(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס’איז שווער צו זאָגן, וויפֿל ייִדן געפֿינען זיך אין אָט דער כוואַליע. קיין ייִדישע איז זי, בלי־ספֿק, ניט. די ייִדן, וואָס פֿאָרן איצט אַוועק, טוען עס (אַפֿילו אויב זיי פֿאָרן קיין ישׁראל) צוליב די זעלבע אַלגעמיין-רוסישע סיבות: מע פֿילט, אַז פּוטינס רעזשים האָט אַרײַנגעטריבן דאָס לאַנד אין אַ טעמפּן ווינקל, און דער מצבֿ ווערט אַלץ ערגער — אי עקאָנאָמיש, אי אידעאָלאָגיש. די איצטיקע עמיגראַציע איז ניט קיין עטנישע, נאָר אַ סאָציאַלע. עס פֿאָרן אַוועק, קודם־כּל, מענטשן מיט געלט, בילדונג, דערפֿאַרונג. דאָס הייסט, די וואָס קענען זיך דערלויבן אַזאַ „לוקסוס‟. צו מאָל פֿאָרן אַרויס גאַנצע פֿירמעס, בפֿרט די וואָס האָבן שוין אָדער האָפֿן צו געפֿינען אַ מאַרק אין אויסלאַנד.
בײַ הונדערטער טויזנטער רוסישע בירגער איז דאָ אַ הויז צי אַ דירה אין אייראָפּע, ווי אויך אויף אַנדערע קאָנטינענטן. לשמל, אין בולגאַריע האָבן עס 350 טויזנט רוסישע בירגער, אין דײַטשלאַנד און מאָנטענעגראָ — צו 60 טויזנט אין יעדן לאַנד; אין גרויס־בריטאַניע — 30 טויזנט. ניט לאַנג צוריק האָט מען מיר אין מאַיאַמי־ביטש געוויזן גרויסע דירות־הײַזער, וווּ קיין לאָמפּ האָט ניט געברענט. מע האָט מיר דערקלערט, אַז אַלע דירות האָבן רוסישע באַלעבאַטים, וועלכע האָבן עס געקויפֿט „אויף מאַלע וואָס‟.
אין דער דאָזיקער געגנט זײַנען אַפֿילו די אויפֿשריפֿטן אויף דער פּלאַזשע צוויי־שפּראַכיקע, ענגליש און רוסיש. רוסיש, ווי אַ מאָל ייִדיש, איז געוואָרן די שפּראַך פֿון נע־ונד. אין ציפּערן און מאָנטענעגראָ קען אַ קינד גיין אין אַ פֿולער רוסישער שול. אין לעטלאַנד וואַקסט די צאָל תּושבֿים, וואָס זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד. לענדער האַנדלען מיט זייערע פּעסער, אַזוי אַז אַ מענטש מיט געלט קען זיך אויסקלײַבן אַ בירגערשאַפֿט.
קיין דעמאָגראַפֿישע קאַטאַסטראָפֿע לויערט ניט אויף רוסלאַנד. הונדערטער טויזנטער קומען אַהין פֿון אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע טעריטאָריעס; דער עיקר, פֿון מיטל־אַזיע און אוקראַיִנע. אָבער רוסלאַנד פֿאַרלירט אַקטיווע, טאַלאַנטירטע מענטשן, אין וועלכע דאָס לאַנד נייטיקט זיך איצט באַזונדערס שטאַרק. אַ סבֿרא, אַז אַזוי וועט עס גיין נאָך לאַנג, סײַדן דער רעזשים וועט אָפּשטעלן די עמיגראַציע בגוואַלד, דורך פֿאַרמאַכן די גרענעצן. דערווײַל זעט מען ניט, אַז פּוטין און זײַנע צוהעלפֿער זאָלן עס טאָן.
פּאַראַדאָקסאַל, אַז עס ווערן אַלץ שטאַרקער די אַנטי־אַמעריקאַנער און בכלל אַנטי־מערבֿדיקע שטימונגען צווישן דער רוסישער באַפֿעלקערונג. ווען מע קוקט די רוסישע טעלעוויזיע, זעט אויס די מערבֿדיקע וועלט זייער מיאוס און ממש געפֿערלעך. ווי עס זאָל ניט זײַן, גלייבן אין די דאָזיקע באָבע־מעשׂיות בלויז די וואָס בלײַבן, ווײַל די וואָס פֿאָרן אַוועק, קוקן ניט יענע פּראָגראַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.