(די 2 טע זײַט פֿון 2)
4) מע לעבט לענגער
די ישׂראלדיקע געזעצן גאַראַנטירן אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, נישט נאָר די בירגער, דאָס רעכט צו באַקומען די נייטיקע מעדיצינישע באַדינונגען. די מלוכישע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, וואָס איז אינגאַנצן אומאָפּהענגיק פֿונעם אַרבעט־אָרט, באַצאָלט פֿאַר כּלערליי פּראָצעדורן און רפֿואת. אויב עמעצער לײַדט שוין פֿון אַ געוויסער קרענק, ווען מע שליסט זיך אָן אין דער מלוכישער פֿאַרזיכערונג־פּראָגראַם, באַקומט מען נאָך אַלץ די הילף. אַ דורכשניטלעכער ישׂראלי לעבן דרײַ יאָר לענגער, ווי אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער.
5) די קימפּעטאָרינס קאָנען זיך אָפּרוען
לויט די ישׂראלדיקע געזעצן, מוזן די אַרבעטגעבער צו באַצאָלן די קימפּעטאָרינס זייער געהאַלט במשך פֿון זייער 14־וואָכיקן קימפּעט־אורלויב, און דערלאָזן זיי זיך אָפּצורוען נאָך 12 וואָכן אויף זייער אייגענעם חשבון. להיפּוך, גאַראַנטירן די אַמעריקאַנער געזעצן בלויז דאָס רעכט זיך אָפּצורוען 12 וואָכן אויפֿן אייגענעם חשבון.
6) אַן אָרעמאַן קען ווערן אַ פּאָליטיקער
אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ בלויז אַ קנאַפּע צאָל עשירים זענען בכּוח דורכצופֿירן אַ וואַל־קאַמפּאַניע, דערמעגלעכן די ישׂראלדיקע געזעצן אַן אָרעמען מענטש אויך צו באַלאָטירן זיך אויף אַ וויכטיקער פּאָליטישער פּאָזיציע. אַדרבה, אין ישׂראל טאָר מען נישט פּטרן גרויסע סומעס געלט אויף וואַל־קאַמפּאַניעס.
7) פֿאַרלאָזן די פּרנסה — נישט אַזוי געפֿערלעך
ווען אַן אַרבעטער ווערט באַזײַטיקט אין ישׂראל, מוזן די אַרבעטגעבער באַצאָלן אַ חודשלעכן געהאַלט פֿאַר יעדן יאָר, וואָס מע האָט זיי אָפּגעאַרבעט. צוליב דעם, זאָרגן זיך די ישׂראלים ווייניקער וועגן דעם מעגלעכן פֿאַרלוסט פֿון זייער פּרנסה.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז ישׂראל איז ווײַט נישט אַ פּערפֿעקט לאַנד, וווּ עס גייען כּסדר אָן סיכסוכים וועגן די ייִשובֿים, אויסערן־באַציִונגען און דער ראָלע פֿון רעליגיע. פֿונדעסטוועגן, איז דער עקאָנאָמישער און סאָציאַלער מצבֿ פֿון די ישׂראלים מער פֿאַרזיכערט, ווי אין דער קאַפּיטאַליסטישער אַמעריקע, וווּ די אָרעמע און קראַנקע מענטשן לײַדן פֿון אַ ממשותדיקער אומגלײַכקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.