יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן
דאָרט מיט דער תּחינה גלײַך,
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
לייענען בײַ דעם טײַך…
(פֿון „מײַן שטעטעלע בעלץ‟)
אויך בײַ אַנדערע פֿעלקער געפֿינען מיר דעם באַגריף „מאַמע־לשון‟. צום בײַשפּיל בײַ די דײַטשן: muttersprache; בײַ די רומענער: limba materna, אויף ענגליש: tongue mother. דאָך בײַ די ייִדן, וועלכע האָבן אין זייער געשיכטע געהאַט עטלעכע שפּראַכן, איז „מאַמע־לשון‟ געוואָרן דער סינאָנים פֿון דער שפּראַך — ייִדיש, אויף וועלכער עס האָבן גערעדט די ייִדישע מאַמעס אין גלות, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען זייערע וויגלידער, גערעדט צו גאָט בײַם בענטשן ליכט…
מיר וואָלטן געקענט אויך ווי די דײַטשן זאָגן — מוטערשפּראַך. דאָך גיט צו דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „לשון‟ צו דעם באַגריף „מאַמע־לשון‟ אי הייליקייט, אי היימישע וואַרעמקייט, אי פֿאָלקסטימלעכקייט. אַ באַזונדערן טעם האָט דער באַגריף בײַ די בעסאַראַבער און דרום־אוקראַיִנישע ייִדן וועלכע זאָגן: „מאָמע־לשון‟.
די ייִדישע פֿרוי האָט געשעפּט איר לשון פֿון עטלעכע קוואַלן. דער ערשטער זענען געווען די תּחינות — די ספּעציעלע תּפֿילות, געשריבן אין ייִדיש פֿאַר פֿרויען.
אין חיים גראַדעס בוך „דער שטומער מנין‟, אין דער דערציילונג „די זאָגערקע‟, לייענען מיר: „רעכיל, די טויבע זאָגערקע, דערציילט ווײַטער מיט אַ ניגון פֿון אַ ווײַבערשער תּחינה…‟ און נאָך: „…גייט אים די זאָגערקע נאָך און זינגט אויף איר תּחינה־לשון…‟ יחיאל שרײַבמאַן האָט געשריבן וועגן זײַן מאַמען: „זי לייענט מיט אַ שעפּטש, פֿרום, תּחינהדיק‟. איך וויל דערמאָנען, אַז די ערשטע תּחינות־זאַמלונג איז געדרוקט געוואָרן נאָך אין 1609, מיט 405 יאָר צוריק. אינטערעסאַנט איז, אַז צווישן די צונויפֿשטעלערס פֿון די תּחינות זענען אויך געווען אַ צוויי צענדליק פֿרויען.
אַן אַנדער קוואַל פֿון מאַמע־לשון איז די צאינה־וראינה, צי טײַטש־חומש, וואָס די פֿרויען פֿלעגן לייענען שבת נאָכן עסן. ווען אַ ייִדישע טאָכטער האָט חתונה געהאַט, פֿלעג זי באַקומען ווי אַ מתּנה אַ צאינה־וראינה. דער מחבר פֿון צאינה־וראינה, וועלכע איז געווען געדרוקט אין סוף 15־טן י”ה, איז געווען רבי יעקבֿ בן יצחק אַשכּנזי פֿון יאַנאָוו. אין אָנהייב פֿון דעם ספֿר ווערט געבראַכט דער פּסוק פֿון „שיר־השירים‟ ג’ — „צאינה־וראינה בנות ציון‟ (גייט אַרויס און זעט, טעכטער פֿון ציון).
בײַ יאַנקל יאַקיר, אין דער דערציילונג „דעם זיידנס ברונעם‟, לייענען מיר: „דאָס מאָל, אַז די באָבע האָט פֿאַרדערעט צו אים דעם טשיפּיק אירן, איז איר אויסגעקומען דער זיידע נאָך העכער פֿון דעם עוג־מלך־הבשן — פֿון איר טײַטש־חומש‟.
נאָר אַפֿילו אין דער ביבל האָט די ייִדישע פֿרוי געפֿילט דעם הייסן אָטעם פֿונעם לעבן. זי איז געווען דער ליריק אין דער משפּחה! און דערפֿאַר האָט מען פֿאַר איר געשריבן אויך וועלטלעכע ליטעראַטור אויף ייִדיש, וועלכע פֿלעג זיך אָנהייבן מיט: „טײַערע לעזערין‟, „ליבע פֿרוי‟… דאָס איז געווען נאָך אין קוואַל פֿון דער פֿרויס לשון. צווישן דער דאָזיקער ליטעראַטור האָבן אַ באַזונדער פּלאַץ פֿאַרנומען שמ”רס ראָמאַנען. אָט וואָס עס האָט געשריבן י. ל. פּרץ וועגן אונדזער פֿרוי: „זי לעזט בײַם צאַנקענדיקן ליכט שמ”רס אַ ראָמאַן. די ליפּן ציטערן… זי איז צערודערט. זי שרעקט זיך טאָמער גייט אויס דאָס ליכטל און זי וועט נישט געוואָר ווערן דעם סוף…‟ און שמואל ניגער: „שמ”ר האָט געוועקט אין דער ייִדישער לעזערין די פֿאַנטאַזיע, וואָס שוועבט אַרום אויף דער און ניט אויף יענער וועלט. ער האָט געוועקט אין איר אַ בענקעניש נאָך לעבן און ליבע…”
יאָ, חוץ גײַסט איז דאָך נאָך געווען — לעבן! לעבן אין גלות, וואָס האָט געווירקט אויף דער פֿרוי, אַרויסגערופֿן בײַ איר אי ליידן אי פֿריידן אי ווײַבערישע עמאָציעס, וועלכע האָבן זיך בולט אָפּגעשפּיגלט אין איר לשון, צוגעגעבן דעם ייִדיש אירן פֿילפֿאַרביקייט און טעמפּעראַמענט. די דאָזיקע איבערלעבענישן אירע האָט די מאַמע אַרײַנגעקנאָטן אין די וויגלידער, אין די בענטשונגען, אין דעם טאָג־טעגלעכן רעדן צו אירע קינדער. זי האָט אין איר ייִדיש — זיך אויסגעוויינט, אויסגערעדט, אויסגעתּפֿילהט איר האַרץ און דעם טרוים, דעם חלום פֿון איר האַרצן.
די מאַמע האָט ניט נאָר אײַנגעוויגט איר קינד מיט „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, מיטן „ציגעלע אונטערן וויגעלע‟. אין די פֿאָלקסלידער געפֿינען מיר: /לעבן דער… וויגעלע//זיץ איך, דײַן מוטער, און קלאָג/. צי אין אַן אַנדער וויגליד:
בײַ דײַן וויגעלע זיצט דײַן מאַמע
און זינגט אַ ליד און וויינט;
דו וועסט אַ מאָל פֿאַרשטיין, מסתּמא,
וואָס זי האָט געמיינט…
צי נאָך:
ליולינקע, מײַן פֿייגעלע,
ליוליענקע, מײַן קינד!
וווּ נעם איך אַזאַ דאָקטער,
וואָס זאָל מײַנע וווּנדן היילן?…
יחיאל שרײַבמאַן אין זײַן עסיי „מײַן מאַמעס פּאָרטרעט‟ דערציילט, אַז ער האָט זיך ניט געזען מיט דער מאַמען אַ פּאָר וואָכן „און ס’האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין איר אַ וועלט מיט מעשׂיות‟. דער מחבר האָט פֿאַרשריבן איר מאָנאָלאָג אויף אַ מאַגניטאָפֿאָן־טאַשמע, נאָר זי, די מאַמע זײַנע, האָט דאָס ניט באַמערקט. און דערפֿאַר: „…די רייד אירע האָבן קיין איין טראָפּן ניט פֿאַרלוירן פֿון זייערע שטענדיקע זאַפֿטן. זיי האָבן זיך באַקומען מיט אַלע קנייטשעלעך, מיט אַלע זייערע הויכע און נידעריקע טענער, מיטן זיפֿץ אין דער מיט, מיטן געלעכטערל, וווּ מע דאַרף, מיט די צונג־קנאַקענישן, מיטן מײַסטערישן אויסהאַלטן די פּויזעס, מיט זייער שטענדיקער באַטעמטער זינגעניש‟. און ווײַטער: „ערשט ווען זי האָט זיך גוט אַראָפּגערעדט פֿונעם האַרצן…‟
פֿרײַטיק צו נאַכט, בײַם בענטשן ליכט, פֿלעג די ייִדישע פֿרוי שוין פֿאַר גאָט זיך אויסוויינען, אויסרעדן איר האַרץ אין קורצע, פּשוטע, באַשאַפֿענע פֿון איר תּפֿילה־מאָנאָלאָגן.
איך וואָלט געזאָגט, אַז דער מאַמעס וויגליד, אירע אויסגעווייטיקטע שמועסן מיט די קינדער זענען געווען דער המשך פֿון איר האַרץ, וואָס האָט זיך געצויגן צום האַרץ פֿון איר קינד, וועלעכס איז אויך געווען איר המשך. ייִדיש אַליין איז געווען דער המשך פֿון דער פֿרויס האַרץ! און טאַקע דערפֿאַר פֿאַרמאָגט אונדזער מאַמע־לשון אַזוי פֿיל האַרציקייט. ווי עס האָט געשריבן רחל קאָרן אין איר ליד „צו מײַן מאַמען‟:
זינט דו ביסט מער נישטאָ, בין איך געוואָרן המשך
פֿון אַלע דײַנע נאָך נישט אויסגעלעבטע טעג,
און די ביסט אַזוי שטיל אין מיר אַרײַנגעפֿלאָסן
גלײַך כ’וואָלט געווען פֿון לאַנג פֿאַר טרוים דײַנעם דער וועג.
נאָך איין קוואַל פֿון מאַמע־לשון איז געווען דער לעבן־שטייגער. די בעל־הבתּישקייט, די אַרבעט אויף דער קיך און פֿאַרשטייט זיך, דער מאַרק, וווּ זי פֿלעג אײַנקויפֿן הינער, פֿיש, פֿרוכטן… וווּ זי פֿלעג זיך דינגען מיט הענדלערס, זײַנען געווען די פּלעצער, וווּ די ייִדישע פֿרוי האָט געשאַפֿן אירע שאַרפֿזיניקע „דול־ניט־דעם־ספּאָדעק‟־ווערטלעך, אירע ספּעציפֿישע אויסדרוקן און ווערטערשפּילן.
איין מאָל האָט אונדזער שלום־עליכם געזוכט אַ וואָרט וועגן זײַנער אַ נאָוועלע און ניט געקאָנט געפֿינען. איז ער אַרײַן אין קיך, וווּ סע האָט זיך געפּאָרעט זײַן ווײַב, און אָנגעהויבן וואַרפֿן דאָס געפֿעס. זאָגט אים די פֿרוי זײַנע: „וואָס קידעסטע דאָ?‟ טאַקע דאָס וואָרט האָט געזוכט דער שרײַבער.
יצחק־לייבוש פּרץ פֿלעג אַ מאָל שטילערהייט צושמייכלען פֿון שלום־עליכמס מאָנאָלאָגן: „נעם אַ בייגעלע פּאַפּיר און אַ הענטל־פּען אין דער האַנט, גיי אַרויס אין מאַרק און פאַרשרײַב וואָרט־בײַ־וואָרט דאָס מענה־לשון פון די ווײַבער די קורלאַפּניצעס, האָסטו פֿאַר זיך גאַנץ שלום־עליכם”. שפּעטער האָט י. ל. פּרץ געביטן זײַן מיינונג וועגן שלום־עליכמס געניאַלע מאָנאָלאָגן. נאָר ווי הויך האָט ער געשעצט די שפּראַך פֿון אַ פּשוטער מאַרק־ייִדענע!
געוויינטלעך זאָגט מען, אַז ייִדיש איז אַ פֿאָלקסשפּראַך, די שפּראַך פֿונעם עמך. אָבער די פֿרוי וועלכע לייענט די תּחינות און שעפּטשעט זיי צו גאָט, אַ פֿרוי וואָס לייענט די צאינה־וראינה און באַנעמט איר אינערלעכע הייליקייט, אַ פֿרוי וואָס לייענט ראָמאַנען און לעבט זיך אויס דורך די העלדן פֿון די ראָמאַנען, אַ פֿרוי וואָס שאַפֿט וויגלידער, ווערטלעך און שפּריכווערטלעך געהערט דען צום פּשוטן פֿאָלק?
יאָ, אויך אין אַנדערע שפּראַכן איז פֿאַראַן דער באַגריף „מאַמע־לשון‟. דאָך איז אונדזער מאַמע־לשון, אונדזער ייִדיש, באַלויכטן און באַקרוינט מיט דער ליכט, מיט דעם געפֿיל, מיט דער נשמהדיקייט פֿון דער ייִדישער פֿרוי, מיט איר פֿרומקייט, און ליבע. איר ליכט האָט באַפֿאַרבט אין רעגן־בויגן־פֿאַרבן אונדזער מאַמע־לשון…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.