די וועלט האָט אונדז קיין מאָל נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק. אין דער אמתן זײַנען מיר געווען פֿעיִקע אַרבעטער, סוחרים, געלערנטע, וויסנשאַפֿטלער, אַקאַדעמיקער, מוזיקער, קינסטלער, פּאָעטן, שרײַבער, דערפֿינדער, אַלץ איז מיט דער צײַט געגאַנגען אין ניוועץ.
די אָפּגעשטאַנענע, פּרימיטיווע פֿעלקער מיט אַלע זייערע רעליגיעזע פֿאָראורטיילן, אַנטיסעמיטיזם, רדיפֿות און דעספּאָטיזם האָבן זייער ריגזה און קינאה־שׂינאה אויסגעלאָזט צו אונדז. אָבער נסים ונפֿלאות, מיר האָבן פֿאַרפּאַקט די מאָנאַטקעס, מיטגענומען אַלע אונדזערע פֿיזישע און גײַסטיקע קרעפֿטן און זיי איבערגעפּעקלט אַהער, אין אונדזער נײַעם מקום־מקלט, אין דער גאָלדענער מדינה.
אָבער דער באָדן איז נאָך נישט געווען גרייט פֿאַר אונדז. אין צווישן האָט מען דאָ געקעמפֿט פֿאַר אומאָפּהענגיקייט פֿון די ענגלענדער, אָנפֿאַלן אויף די אייגענע אינדיאַנער, מיט אַ בירגער־קריג, מיטן אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן־אימפּאָרט, אַזוי אַז די נײַע ייִדישע פּליטים פֿון די רוסישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע פּאָגראָמען האָבן געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין אונדזער ויברח פֿון זייערע לענדער — זייער פֿאַרלוסט, אַמעריקעס געווינס.
דאָ האָבן מיר זיך אויסגעמישט מיט דער אירלענדישער כוואַליע, דער איטאַליענישער, גריכישער, פּליטים פֿון אַלע עקן וועלט, און אין צווישן האָבן מיר ייִדן דאָ געפֿונען רו און צומאָל — שלווה.
העלפֿט גאָט און מיר וואַקסן דאָ אויס און ווערן געפֿורעמט, שטעלן די ערשטע טריט, דאָ איבן מיר אויס אונדזערע שעפֿערישע מוסקלען, מיר טשוכען זיך צו ביסלעך אויס פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָשמאַר, און באַנײַען זיך אויפֿסנײַ. מיר שלײַפֿן דאָס גאָלד מיט די בריליאַנטן פֿון אונדזער טאַלאַנט און פֿעיִקייטן.
ערשט די טעג האָב איך ווידעראַמאָל געזען דעם העכסט געלונגענעם פּראָגראַם אויף דער טעלעוויזיע, „ייִדישע ירושה‟ (Jewish Legacy), וווּ מען האָט אַנטפּלעקט די גרויסקייט פֿון אונדזער מוזיקאַלישן, טעאַטראַלן, פֿילם־ און בינע־זשעני. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אָנעם געניוס פֿון אַן אירווינג בערלין (ישׂראל ביילין), דזשאָרדזש און אײַראַ גערשווין, אַל דזשאָלסאָן, לאָרענץ האַרט, ריטשאַרד ראַדזשערס (דער זיידע איז געווען אַ ייִד), די מאַרקס ברידער, לענאַרד בערנשטיין, קאָול פּאָרטער, יעפּ האַרבאָר, מעל ברוקס און סיד סיזער, קאַרל רײַנער און סטיווען סאָנדהײַם — איך קען אַזוי אָנגיין שעהען לאַנג… אָן זיי וואָלטן בראָדוויי, האַליוווּד, קאַרנעגי־האָל און מעטראָפּאָליטן אָפּערע געלעגן אין דער פֿינצטער. מיר האָבן בײַגעשטײַערט די גרעסטע טאַלאַנטן וואָס די וועלט פֿאַרמאָגט און האָבן כּשר פֿאַרדינט אונדזער רענאָמע און אַנערקענונג.
דאָ אין אַמעריקע, ווו „מעל ברוקס‟ שפּילט גאָט, טשאַרלטאָן העסטאָן שפּילט משה רבינו, און וווּדי אַלען קען זיך נישט קיין אָרט געפֿינען אָנעם פּסיכיאַטער, שטערט אונדז קיינער נישט צו געניסן פֿון אונדזער גענעטישן עץ־החיים.
איין זאַך לוינט זיך דאָ צו דערמאָנען, די חבֿרה קינסטלער און מוזיקאַלישע גאונים האָבן זיך געדאַרפֿט אויסבײַטן די ייִדישע נעמען אויף אַמעריקעס סטאַנדאַרט. ס’האָט געקלונגען צו „דזשויִש‟, דעריבער האָט זיך בערני שוואַרץ פֿאַרוואַנדלט אין טאָני קורטיס; דעני קאַמינסקי אין דעני קיי, און וויקאָר ראָזנבוים אין וויקטאָר באָרגאַ צווישן אַלע אַנדערע.
מיט יאָרן צוריק האָב איך זיך אונטערגענומען איבערצוזעצן אויף ייִדיש די געלונגענע מוזיקאַלישע שלאַגערס פֿון בראָדוויי און האַליוווּדער פֿילמען. אָט איז איין סטראָפֿע פֿון מײַן איבערזעצונג פֿונעם ליד Get me to the Church on Time, פֿונעם מיוזיקל “My Fair Lady”:
כ’גיי צו דער חופּה גלײַך צו מאָרגנס ־
קלינג־קלאַנג, די גלעקלעך קלינגען הויך,
וואָס איז דער עיקר ־
כ’וויל ווערן שיכּור,
נאָר ברענג מיך צו דער צײַט אין שיל.
“Making Woopie”
די כּלה איז דאָ,
ס’איז שפּעט די שעה,
דער האָניק־חודש,
איז באַלד נישטאָ,
קום לעש דאָס פֿײַער,
איך ליב דיך טײַער ־
קוצעניו־מוצי…
פֿון “Oklahoma”:
“Oh What a Beautiful Morning”
זע די גאָלדענע זון אויף דער לאָנקע,
זע די גאָלדענע זון אויף דער לאָנקע,
די בלומען זיי וואַקסן זיך אַלע צונויף,
און קריכן מיט כּוח צום הימל אַרויף…
אַך סאַראַ שיינער פֿרימאָרגן —
אַך סאַראַ שיינינקע טעג,
איך בין אַ גליקלעכער פֿויגל,
און גליק איז מײַן גאַנצער פֿאַרמעג.
“From Yankee Doodle Dandy”
כ’בין אַ יענקי דודל דענדי,
יענקי דודל גוט און טרײַ,
אַן עכטער בירגער פֿון מײַן אָנקל סעם,
געבוירן דעם פֿערטן „דזשולײַ‟.
איך האָב אַ יענקי דודל מיידל,
זי איז מײַן יענקי־דודל שטאַט,
יענקי־דודל פֿאָרט קיין לאָנדאָן,
פֿאָרט ער אויף אַ פֿערדל,
איך בין דער יענקי־דודל יאַט.”
כ’מוז אײַך זאָגן אַז אַלץ לאָזט זיך איבערזעצן אויף ייִדיש, אפֿילו וויליאַם שעקספּיר, אָבער נישט אין דער הײַנטיקער פֿאַרגליווערטער אַטמאָספֿערע, נישט אויף אַ גליטשיקן באַרג אַראָפּ און נישט אויף שטומע בעלי־דעות, דאָ אין אַמעריקע.
כ’וויל פֿאַרענדיקן אויף אַ גוטער נאָטע. ייִדיש־טעאַטער וועט סוף־כּל־סוף אַרײַנפֿאַלן אין גוטע, טעאַטראַלע הענט, וווּ קונסט, שעפֿערישער כּוח און מוח וועלן קומען צו זיך און אויפֿסנײַ אויפֿלעבן די ייִדישע מוזיקאַלישער, טעאַטראַלער ירושה. פֿון מײַן מויל אין גאָטס אויערן. אמן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.