דער גרעסטער „בעסט־סעלער‟ אויף ייִדיש פֿון אַלע צײַטן איז זיכער די „צאינה ראינה‟, וואָס איז זינט דעם 17טן יאָרהונדערט דערשינען אין איבער 200 אויפֿלאַגעס, און וואָס מע שענקט ווײַטער דער כּלה במתּנה בײַ די חסידישע חתונות. וויפֿל כּלות לייענען עס טאַקע, איז הײַנט שווער צו זאָגן, ווײַל ס’איז געשריבן אין אַן אַלטפֿרענקישן ייִדיש פֿון מלך סאָביעצקיס צײַטן — פֿאַקטיש פֿון פֿריִער, ווײַל דער פּוילישער מלך סאָביעצקי איז געשטאָרבן אין 1696, מסתּמא אַ הונדערט יאָר נאָך דער ערשטער אויפֿלאַגע. על־כּל־פּנים האָט די „צאינה־ראינה‟ שוין לאַנג דערגרייכט דעם סטאַטוס פֿון אַ קלאַסיקער, וואָס דאָס מיינט, אַז עס שטייט בײַ אַלעמען אין ספֿרים־שאַנק, אָבער קיינער לייענט עס ניט.
דעם צווייטן פּלאַץ אויף אונדזער רשימה פֿון „בעסט־סעלערס‟, וואָס איז ניט אויף ייִדיש, נאָר וועגן ייִדיש, דאַרף מען צוטיילן דעם הומאָריסטישן לעקסיקאָן „די פֿריידן פֿון ייִדיש‟ (The Joys of Yiddish) פֿון לעאָ ראָסטען, וואָס איז אַרויס אין 1968 און האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין איבער אַ האַלבן מיליאָן עקזעמפּלאַרן. אויף ווי ווײַט דער ברייטער אַמעריקאַנער עולם איז באַקאַנט מיט מאַמע־לשון, איז דאָס אין אַ גרויסער מאָס אַ דאַנק ראָסטענס „פֿריידן‟. ווען ער איז געשטאָרבן אין 1997, האָט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ גערופֿן זײַן בוך „דאָס דע פֿאַקטאָ סטאַנדאַרד-רעפֿערענץ־ווערק אין דער שפּראַך‟.
אַז מע קוקט אָבער אַרײַן אין די „פֿריידן‟, קען זיך דאַכטן, אַז די שפּראַך איז אַזוי אַלטפֿרענקיש ווי אין „צאינה־ראינה‟. ראָסטען שרײַבט די ייִדישע ווערטער אויף אַזאַן אופֿן, אַז ס’איז אַ מאָל שווער זיי צו דערקענען: אָט שרײַבט ער mysah פֿאַר „מעשׂה‟, אָדער gonif און gonef און gonov פֿאַר „גנבֿ‟. אַזוי שרײַבט ער אָפֿט o פֿאַרן קלאַנג „אַ‟: frosk „פֿראַסק‟, gozlin „גזלן‟, geshmott „געשמדט‟, k’nocker „קנאַקער‟. צו דעם דאָזיקן פּלאָנטער מיטן אויסלייג גיט ער נאָך צו אַ היפּש ביסל טעותן אין די דערקלערונגען, ווי אויך ווערטער וואָס זײַנען בכלל ניט קיין ייִדישע (cockamamy, kike א”אַ), אַזוי אַז דער לייענער קען זיך וווּנדערן, ווי אַזוי דער פֿאַרלאַג האָט אַדורכגעלאָזט אַזעלכע ווילדקייטן.
ס’איז ניט געווען סתּם אַ פֿאַרלאַג, נאָר די חשובֿע פֿירמע „מעקגראָ־היל‟, וואָס האָט אינעם זעלביקן יאָר אַרויסגעגעבן אוריאל ווײַנרײַכס „מאָדערן ייִדיש־ענגליש ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟. די רעצענזענטן האָבן אָפֿט געמאַכט אַ פֿאַרגלײַך פֿון די ביידע ווערק, און געוויסע האָבן געהאַלטן מער פֿון די „פֿריידן‟. דער לאַנג־יאָריקער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער יעקבֿ רײַך, למשל, האָט געשריבן:
„לעאָ ראָסטען וועקט ליבשאַפֿט צו אונדזער ייִדישער שפּראַך. זײַן ענגלישער בוך גליט מיט וואַרעמקייט פֿאַר אונדזער שפּראַך, אונדזער פֿאָלק, אונדזער אַרט לעבן און אַרט דענקען. אוריאל ווײַנרײַכס ייִדישער בוך איז אין פֿאַרגלײַך מיט ראָסטענס ווערק אַ קאַלטער, פֿאַרגליווערטער קאַטאַלאָג פֿון ווערטער, ווערטער וואָס זײַנען מערסטנס ווייניק פֿאַרטײַטשט, אָפֿט מאָל שלעכט פֿאַרטײַטשט, אַלע מאָל געאײַלט פֿאַרטײַטשט מיט יענער אײַלעניש פֿון, לאָמיר זאָגן, אַ ביוראָקראַט אין אַ רעגירונגס־אַמט ווען אַפּילקאַנטן באַלעסטיקן אים מיט צו פֿיל פֿראַגן‟.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דער דאָזיקער פֿאַרגלײַך איז ניט געפֿעלן מאַקס ווײַנרײַכן, דעם טאַטן פֿונעם מחבר, וואָס דער זון איז געשטאָרבן איידער זײַן ווערטערבוך האָט דערזען די ליכטיקע שײַן. האָט מאַקס ווײַנרײַך אַרײַנגעשיקט אין „מעקגראָ־היל‟ אַ לענגערן בריוו, אין וועלכן ער רעכנט אויס די חטאָים, וואָס ראָסטען איז באַגאַנגען קעגן מאַמע־לשון:
„בשעת איך באַהאַנדל דעם ענין ‘וואָס הייסט חוצפּה?…׳, וויל איך זיך טיילן מיט אײַך מיט מײַנע אײַנדרוקן פֿונעם טרויעריקן בוך, וואָס ח’ לעאָ ראָסטען האָט באַשלאָסן צו רופֿן ‘די פֿריידן פֿון ייִדיש’. אפֿשר קען איך עפּעס צוטראָגן, כּדי צו ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע.
„ס’איז ניטאָ קיין ספֿק, אַז דעם מחברס אויסגעדריקטע ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש איז אַן עכטע. ער פּרוּווט איבערצוגעבן די דאָזיקע ליבשאַפֿט צו אַנדערע, אויף וויפֿל ער קען נאָר. אָבער זײַן וויסן איז זייער באַגרענעצט — מילד גערעדט. אויב מע נעמט אַראָפּ די ציטאַטן פֿון ביכער, די כּמו־געלערנטע דיסקוסיעס וועגן וואַריאַנטן פֿון טראַנסקריפּציע און אויסדרוקן וועגן דער אויסשפּראַך, וואָס זײַנען גאָרניט שייך — איז דאָס, וואָס בלײַבט איבער, אַ קליינטשיק ביכל זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן מיט אַ זאַמלונג אַנעקדאָטן, וואָס האָבן אָפֿט גאָרניט צו טאָן מיט ייִדיש. דאָס אַלץ ווערט פֿאַרשאָטנט פֿונעם גרויסן גדלות, וואָס פֿירט ח’ ראָסטענען צו וועלן אינפֿאָרמירן דעם לייענער וועגן דעם, וווּ אויף דער וועלט ער האָט געגעסן דעם סאַמע געשמאַקסטן בייגל מיט לאַקס. באַרעכנט נאָר, ס’איז געווען אין אַ שיינעם רעסטאָראַן אין לאָנדאָן, ענגלאַנד! ווי גרויס זאָלן ניט זײַן די ‘פֿריידן פֿון ייִדיש’, וועט דער דורכשניטלעכער לייענער בשום־אופֿן ניט פֿליִען קיין לאָנדאָן, כּדי צו באַשטעטיקן ח’ ראָסטענס אַרויסזאָג. אָבער דער עפֿעקט איז דאָ: ער ווייסט כאָטש, אַז ח’ ראָסטען, דער וועלט־רײַזנדער, האָט עס אַרויסגעזאָגט.
„פֿאַקטיש, אויפֿן סמך פֿון זײַן בוך, האָט ח’ ראָסטען געטאָן זייער ווייניק, כּדי צו דערגאַנצן זײַנע זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן דורך אַרײַנטיפֿן זיך אין ייִדיש און אין דעם, וואָס ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר. אַן אַדעקוואַטער באַגריף פֿון אַ ציוויליזאַציע קען זיך ניט באַקומען אָן פֿאָרשונג, אַפֿילו בײַ אַ באַטייליקטן אָבסערווירער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ געניטן שרײַבער, וואָס פֿאַרלאָזט זיך אויף זײַנע זכרונות. ניט יעדער מענטש, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, קען אָנשרײַבן אַ קאָמפּעטענט בוך וועגן דער אַמעריקאַנער ציוויליזאַציע. די וועלט, וווּ ח’ ראָסטען האָט אויסגעלעבט זײַנע קינדער־יאָרן, איז מסתּמא געווען באַגרענעצט וואָס שייך דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע, אָדער די ייִדישע סאָציאַלע באַוועגונגען — ווייניקסטנס, ווען מען זאָל מישפּטן לויטן תּוכן פֿון זײַן בוך. אַן איבערדאָזע פֿון ׳שמאַלץ’ איז ניט קיין במקום פֿאַר אינטעלעקטועלע אָדער גײַסטיקע האָריזאָנטן, און די אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס ח’ ראָסטען פּרוּווט אַרײַנצופֿירן, זײַנען טרוקן ביז גאָר.
„מע זאָל ניט פֿאַרזען אַ וויכטיקן עלעמענט פֿון די ‘פֿריידן’… איך מוז דערמאָנען איין אַספּעקט, וואָס ח’ ראָסטען האָט פֿאַרגרעסערט אין פֿאַרגלײַך מיט דער וועלט פֿון זײַנע עלטערן. איך האָב אין זינען די ‘וווּלגאַריזמען’, ווי ער רופֿט זיי. ער האָט געהאַט דאָס מזל צו זען צווישן די טויזנטער זשעטאָנען געמאַכט אויף קאַטאָוועס, ווי ער זאָגט אונדז, צוויי וואָס לייענען זיך: ׳פּרוסט איז אַ יענטע׳ און ‘קאַפֿקאַ איז אַ קוועטש’. הלוואַי וואָלט איך געוווּסט, ווי די עקסיסטענץ פֿון אַזעלכע זשעטאָנען גיט עפּעס צו צו אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדיש. זיכער זײַנען די דאָזיקע זשעטאָנען געדרוקט געוואָרן אויף ענגליש פֿאַר ענגליש־רעדער, מיט נידעריקע ווערטער. דער סאָציאַלער שיכט, צו וועלכן ח’ ראָסטענס עלטערן האָבן געהערט, האָבן מסתּמא ניט געוווּסט פֿון פּרוסט אָדער פֿון קאַפֿקאַ. די איינציקע דערקלערונג, וואָס איך זע, איז נאָך אַ מאָל די זעלביקע: גדלות. ח’ ראָסטען, גיט מען אונדז צו פֿאַרשטיין, איז אַ מבֿין אין דער וועלט־ליטעראַטור; אָבער וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון די באַשיידענע אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרקס איסט־סײַד אָדער שיקאַגאָס וועסט־סײַד?
„‘די וווּלגאַריטעט האָט זיך זײַן עקסיסטענץ־באַרעכטיקונג’, שרײַבט ח’ ראָסטען. […] ער דערקלערט ניט, וואָס פֿאַר אַן ‘עקסיסטענץ־באַרעכטיקונג׳ דאָס איז, אָבער כּדי זײַן אַרגומענט זאָל האָבן מער האַפֿט, גיט ער צו ניבול־פּה ממש. ‘איך האָב קיין מאָל ניט געהערט, ווי עמעצער פֿונעם עלטערן דור — זיכער ניט טאַטע־מאַמע — זאָל זאָגן “שמאָק”, מע האָט עס פֿאַררעכנט פֿאַר אַזוי פּראָסט, אַז ס׳איז געווען אָסור׳. אָבער דאָ האָט ח’ ראָסטען ניט קיין געוויסן־ביסן אַרויסצוגיין פֿון דער ענגער וועלט פֿון זײַנע עלטערן. ער דערלויבט זיך צו דערציילן מעשׂיות, וואָס זײַנען אַ מאָל אַפֿילו ניט קאָמיש, ווייניקסטנס ניט פֿאַר יעדן לייענער. דערצו נאָך שרײַבט ער אַן אַרטיקל וועגן sheeney [׳זשיד׳], וואָס דאָס איז אַ באַליידיקונג פֿאַר ייִדן, אָבער זיכער ניט קיין ייִדיש.
„מע וואָלט געקענט ווײַטער שיטן מיט ציטאַטן, וואָס באַווײַזן די תּוכיקע שוואַכקייטן. אָבער דאָס וועט סטײַען.
„ניט געקוקט אויף זײַנע אָפֿטע באַמערקונגען קעגן פֿילאָלאָגן און לינגוויסטן, באַמיט זיך ח’ ראָסטען צו ווײַזן, אַז זײַן ווערק איז אויך שייך פֿאַר דער וויסנשאַפֿט. דאָס איז ניט אמת. ס׳איז אַזוי ווײַט פֿון דער שפּראַך־וויסנשאַפֿט ווי אַ שטיק הייס פֿראַנצייזיש קנאָבלברויט איז ווײַט פֿון דער באָטאַניק. קען זײַן, אַז דאָס וועט זײַן אַ סורפּריז פֿאַר ח’ ראָסטענען, אָבער ער האָט זיכער געטאָן דער ייִדישער שפּראַך אַ גרויסע רעה מיט דעם, וואָס ער האָט זי אַרײַנגעשלעפּט אין דער בלאָטע אַרײַן. פֿאַר וואָס האָט ער זי באַלוינט אויף דעם אופֿן פֿאַר די „פֿריידן‟, וואָס ער האָט פֿון איר?
„צוריק גערעדט, איז בײַ מיר ניטאָ קיין ספֿק, אַז דאָס בוך וואָלט געקענט קומען צו נוץ ווי אַן אָביעקט פֿאַר דער פּסיכאָלאָגישער פֿאָרשונג. אין דעם פּרט שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אפֿשר אַ גרעסערע צאָל מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם אין דער קונסטוועלט אָדער אין די פּראָפֿעסיעס, וואָס דריקן ניט אונטער זייערע זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן, נאָר זיי פּרוּוון צו האָבן עפּעס הנאה פֿון די רעשטלעך פֿון אַ פֿריִערדיקער קינדערהיים־קיך־אָפּטריט־סטאַדיע. ווען זיי וואָלטן זיך מער געלערנט וועגן דער ייִדישער ציוויליזאַציעניט בכלל, ניט נאָר וועגן דער אייגענער משפּחה, וואָלטן זיי דערגרייכט אַזוי פֿיל מער פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע לייענער.
„איך פֿרעג זיך, ווי ווײַט איר זײַט פֿאַראינטערעסירט אין דעם דאָזיקן מין געדאַנקען־גאַנג, אָבער איך בין זיך מודה, אַז איך בין יאָ פֿאַראינטערעסירט‟.
ס’איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס אַן אומוויסנשאַפֿטלעך ווערק ווי ראָסטענס איז ייִדישע לינגוויסטן ניט געפֿעלן געוואָרן. פֿון דעסטוועגן, איז דאָ אַ חשד, אַז אינעם אויסגיסן אויף אים די תּוכחה שטעקט אַ געפֿיל פֿון קינא און ניט־פֿאַרגינערישקייט לגבי ראָסטענס ריזיקער הצלחה בײַם עולם, וואָס אַזוינס האָט זיך ווײַנרײַכן, למשל, אַפֿילו ניט געחלומט. ווי עס שרײַבט רות ווײַס, האָט ווײַנרײַך אין דער זעלביקער צײַט זיך אויסגעדריקט, אַז זײַן גרויס ווערק, „די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, וועט האָבן בלויז צען לייענער!
דער לינגוויסט קריסטאָפֿער האָטן לייגט פֿאָר אַן אינטערעסאַנטע טעאָריע אין שײַכות מיט ראָסטענס ווערק און מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר:
„ייִדיש איז די שפּראַך פֿון די מאַכטלאָזע, פֿון הומאָר, פֿון באַרעדעוודיקייט, פֿון אַ געוויסן מין וווּלגאַרקייט, פֿון מאַרגינאַלקייט: עס באַציט זיך נאָר צו זיך אַליין (self-referential), מע קען עס ניט איבערזעצן. די מאָדערנע אַקאַדעמישע ייִדישע לינגוויסטיק האָט, בדרך־כּלל, ניט באַוויזן צו האָבן עפּעס אַ השפּעה אויף דער פֿאַרשפּרייטונג און אויפֿהאַלטונג פֿון דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע — זעט נאָר דעם פֿאַקט, אַז דער סאַמע באַרימטסטער ייִדישער לינגוויסט איז לעאָ ראָסטען, וואָס זײַן ‘די פֿריידן פֿון ייִדיש’ איז אַן אינטערנאַציאָנאַלער ‘בעסט־סעלער’ זינט עס איז דערשינען אין 1968. דער ייִדישער אַקאַדעמישער עסטאַבלישמענט האָט ניט באַנומען די וויכטיקייט פֿון ראָסטענס ווערק און פֿון דער ריזיקער צאָל ענלעכע פּובליקאַציעס; זיי האָבן אינסטינקטיוו אָפּגעוואָרפֿן דאָס, וואָס זיי האָבן געזען ווי אַ טריוויאַליזאַציע און וווּלגאַריזאַציע פֿון ‘זייער’ פֿאָרשונג־אָביעקט. אָבער ס’איז קלאָר, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ קולטור־פֿענאָמען מיט אַ גרויסן באַטײַט פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדיש אין אַמעריקע און, אַוודאי, פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג. דער מיטאָס פֿון דער ‘ווײַבערישקייט’ און ‘מוטערישקייט’ (און ‘באָבעשקייט’) פֿון ייִדיש איז אַריבער אַלע היסטאָרישע בײַטענישן און איז געוואָרן די פֿעסטע, הערשנדיקע אידעאָלאָגיע פֿון ייִדיש‟.
פֿון אַ היסטאָרישן קוקווינקל, איז האָטן זיכער גערעכט וועגן דער „ווײַבערישער‟ פֿאָרשטעלונג פֿון ייִדיש; הונדערטער יאָרן האָט מען דאָך געדרוקט ייִדישע ביכער אין „ווײַבערטײַטש‟. אָבער הײַנט, ווען מאַמע־לשון רעדט זיך מער בײַ די חסידישע טאַטעס ווי בײַ די מאַמעס, האָט זיך דאָס רעדל איבערגעדרייט. פֿון דעסטוועגן, איז דער עיקר־פֿאַקט, אַז די אידעאָלאָגיע פֿון ייִדיש, וואָס ראָסטען רעפּרעזענטירט, גאָר אַנדערש פֿון דער אידעאָלאָגיע פֿון די לינגוויסטן.
ס’איז טשיקאַווע צו לייענען, ווי ווײַנרײַך בייזערט זיך אויף ראָסטענס וווּלגאַריזמען, וואָס זײַנען סײַ־ווי־סײַ גוט באַקאַנט ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, און אַפֿילו אַ סך ניט־ייִדן. אפֿשר צוליב דעם דאָזיקן צניעות פֿעלן די אַלע גראָבע ווערטער פֿון ווײַנרײַכס ווערטערבוך — בשעת אין די ענגלישע ווערטערביכער האָט מען דעמאָלט אַזוינס יאָ אַרײַנגענומען. אפֿשר האָבן די ווײַנרײַכס זיך באַרעכנט, אַז ייִדיש קען זיך ניט דערלויבן אַרײַנצונעמען די וווּלגאַריזמען, ווײַל ייִדיש האָט שוין אַ שלעכטן שם אין אַמעריקע, אַ דאַנק די אַלע גראָבע ווערטער, וואָס זײַנען פֿון ייִדיש אַרײַן אין ענגליש.
די ייִדישע וווּלגאַריזמען אין ענגליש האָבן ניט אַריבערגעטראָגן דעם זעלבן שמוציקן בײַטעם, דעם זעלבן שאָק, וואָס זיי האָבן אין ייִדיש גופֿא. דעריבער האָט אַזאַ ענגליש־רעדער ווי דער ניו־יאָרקער סענאַטאָר אַלפֿאָנס ד’אַמאַטאָ געקענט רופֿן זײַן קעגנער אין די וואַלן אַ „פּאָץ‟ און ניט וויסן, אַז דאָס מיינט עפּעס אַנדערש פֿון „נאַר‟. פּשוט גערעדט, די ייִדישע ווערטער אין ענגליש האָבן אַן אַנדער באַטײַט, זיי זײַנען געוואָרן ענגלישע ווערטער, אומאָפּהענגיק פֿון אַלע ניואַנסן, וואָס זיי פֿאַרמאָגן אין ייִדיש גופֿא.
פֿאַר די לינגוויסטן, אָבער, זעט אויס אַזאַ מין ייִדישער „פּאָסט־ווערנאַקולאַר‟ ווי אַ קאַריקאַטור פֿונעם אָריגינאַל. זיי קענען ניט שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז זייער ייִדיש און ראָסטענס „ייִדיש‟ זײַנען צוויי באַזונדערע זאַכן. אין אַ גרויסער מאָס, איז דער מחלוקת איבער ראָסטענס בוך אַ רעזולטאַט פֿונעם ניט־דערזען דעם דאָזיקן חילוק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.