די אויסלענדער האָבן אַ טבֿע, צו געבן אונדז, די ייִדישע און אַראַבישע אײַנוווינער פֿון ירושלים, די זעלבע עצה: געפֿינט אַ מיטל ווי אַזוי צו לעבן אין איינעם בשלום. פֿאָרשט אויס אײַערע אַנדערשקייטן, אַנאַליזירט דעם קאָנפֿליקט, און בײַם סוף וועלן אַלע פּראָבלעמען געלייזט ווערן.
הרבֿ מאַרק שנײַער, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער פֿאַרמעגלעכער „האַמפּטאָנס־שיל‟ אין ניו־יאָרק, האָט לעצטנס געגעבן פּונקט אַזאַ עצה אויף די זײַטן פֿונעם Forward: „כּדי אויסצומײַדן אַ גלאָבאַלן בראַנד, וואָס וואָלט געווען אַ חורבן פֿאַר ביידע גלויבנס און פֿאַר דער וועלט בכלל, מוזן מיר תּיכּף שאַפֿן מיטלען ווי אַזוי די ייִדן און מוסולמענער קאָנען זיך פֿאַרבינדן איינער מיטן צווייטן, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם קוקווינקל פֿונעם צווייטן צד.‟
ער איז, אַוודאי גערעכט. ס׳איז שטענדיק וויכטיק, אַז מענטשן זאָלן זיך קענען פֿאַרשטענדיקן. די צרה איז נאָר, אַז געאָגראַפֿיש און פּסיכיש גערעדט, זענען די האַמפּטאָנס אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם עיר־הקודש, וווּ די צוויי ראַנגלנדיקע ייִשובֿים האָבן במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר געלעבט אין סעגרעגירטע זאָנעס, אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט איינער פֿונעם צווייטן.
איך בין געווען אַ ירושלימער תּושבֿ פֿון 1945 ביז 2006 (61 פֿון מײַנע 69 יאָר). מײַנע דרײַ קינדער זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים. איך האָב ליב פֿאַרנאַכט דורכצוּוואַנדערן די שמאָלינקע געסלעך און דערפֿילן אונטער מײַנע פֿיס די מיסטעריעס פֿון איר געשיכטע.
מײַנע יאָרן אין ירושלים קען מען צעטיילן אויף צוויי תּקופֿות. ביז יוני 1967 איז עס געווען דאָס שענסטע אָרט אויף דער וועלט. די שטאָט איז געווען צעטיילט, און אירע אײַנוווינער (בפֿרט די ייִדישע) זענען געווען צופֿרידן. אָבער נאָכן גרויסן מיליטערישן נצחון און פֿאַראייניקונג פֿון דער שטאָט, איז ירושלים שוין מער נישט געווען די זעלבע. מיר זענען אַנטלאָפֿן קיין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל ראַסיזם, טעראָריזם און סתּם אומהעפֿלעכקייט האָט פֿאַרשאָטנט די פֿריִערדיקע מנוחה.
נישט געקוקט אויף דער נײַער ישׂראלדיקער וויזיע פֿאַר אַ „פֿאַראייניקטער ירושלים‟, האָט די רעגירונג און מוניציפּאַליטעט אויסגעגעבן אַ סך מער געלט צו „פֿאַרייִדישן‟ די אַראַבישע געגנטן, ווי ממשותדיק צו העלפֿן די פֿאַראָרעמטמע אַראַבישע אײַנוווינער. אין אַ טייל פֿון זיי, וואַלגערט זיך מיסט און אָפּפֿאַל אין די גאַסן, און די טראָטואַרן געפֿינען זיך אין אַ שלעכטן מצבֿ. עס זענען נישטאָ גענוג שולן פֿאַר די קינדער, אָדער גענוג קליניקן פֿאַר די קראַנקע. די שולסיסטעם פֿונקציאָנירט בכלל נישט; בערך 10,000 אַראַבישע קינדער זענען נישט פֿאָרמעל רעגיסטרירט אין זיי, ווייסן די בילדונג־אינסטאַנצן אַפֿילו נישט צי יענע קינדער גייען אין שול, צי נישט.
ישׂראל באַצאָלט אַ הויכן פּרײַז דערפֿאַר. הגם די אַראַבער האָבן נישט קיין רעכט צו שטימען אין די וואַלן פֿאַר דער כּנסת, זענען זיי באַרעכטיקט צו פֿאַרשידענע וווילפֿאַרזאָרג־באַדינונגען ווי אַרבעטלאָזיקייט־ און שוואַנגער־בענעפֿיטן. ווי אַ פּועל־יוצא געניסן 300,000 מענטשן, וועלכע האָבן פֿײַנט די ייִדישע מדינה און וועלן קיין מאָל נישט ווערן קיין ישׂראלדיקע בירגער, פֿון די ישׂראלדיקע וווילפֿאַרזאָרג־בענעפֿיטן. ס׳איז פּשוט לעכערלעך, אַז ישׂראל נעמט אויף זיך אַזאַ ריזיקן פֿינאַנציעלן עול, וואָס ברענגט נישט קיין שום באַלוינונג אַחוץ אַ געפֿיל פֿון נאַציאָנאַלן שטאָלץ אין דער „פֿאַראייניקונג‟.
די רפֿואה איז דווקא נישט צו שאַפֿן „פֿאָרומס‟ צונויפֿצוברענגען די מוסולמענער און די ייִדן, ווײַל דער געוויינטלעכער ירושלימער אײַנוווינער וואַרפֿט אָפּ אַזאַ אַמעריקאַנער פּראַגמאַטיזם. אַנשטאָט מיר זאָלן פּרוּוון „פֿאַרשטיין‟ איינער דעם צווייטן, וואָלטן אַ סך ישׂראלים ווי איך אַ סך גיכער געוואָלט צוריקגיין צו אַ צעטיילטער ירושלים מיט צוויי באַזונדערע פֿעלקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.