טבֿיה דער מילכיקער — אַן עם־האָרץ?

Was Tevye Really So Ignorant?


פֿון הערשל גלעזער

Published December 23, 2014, issue of January 23, 2015.

ווי באַקאַנט, איז דער ייִשובֿניק דאָס עם־הארצות אַליין. אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דער ייִשובֿניק מיטן הא־הידיעה, פֿאַרשטייט זיך, טבֿיה דער מילכיקער. צי איז טבֿיה אָבער טאַקע אַן עם־האָרץ? לאָמיר אין דעם ענין זיך געבן אַ טראַכט אַרײַן.

מיר ווייסן, אַז טבֿיה קען דאַווענען, און ער ציטירט פֿונעם תּנך און פֿון דער גמרא, בשעת די ייִשובֿניקעס האָבן קוים געקענט מאַכן אַ ברכה אָן אַ טעות און דערפֿאַר האָט מען פֿון זיי אָפּגעלאַכט, לויט די פֿאָרשער הירש אַבראַמאָוויטשן און עמנואל אָלשוואַנגערן.

יעדעס ווערטל טבֿיהס, צי פֿונעם דאַווענען, צי פֿון דער גמרא, קומט מיט אַ טײַטש. טייל מאָל איז דער טײַטש פּונקט אָנגעמאָסטן; טייל מאָל איז ער האַלב אָנגעמאָסטן; און טייל מאָל איז ער אין גאַנצן נישט פּאַסיק, דאַרף דער לייענער פּסקענען, צי טבֿיה ווייסט נישט וואָס ער רעדט, צי ער ווייסט יאָ און וויצלט זיך גאָר מיטן לייענער און מיטן צוהערער, שלום־עליכם.

נאָר ס’אַ מאָדנע זאַך: אין אַלע ביז־איצטיקע אָפּהאַנדלונגען רעדט זיך בלויז וועגן די דערציילונגען, וואָס מע געפֿינט אינעם באַנד פֿון שלום־עליכמס געקליבענע ווערק „גאַנץ טבֿיה דער מילכיקער“. פֿאַראַן, אָבער, נאָך אַ מקור אַ ווינציקער באַקאַנטער: די פּיעסע „טבֿיה דער מילכיקער“, שלום־עליכמס אייגענע באַאַרבעטונג, וואָס אויפֿן סמך דערפֿון האָט מאָריס שוואַרץ געמאַכט זײַן פֿילם „טבֿיה“ (1939). (אינעם פֿילם שטייט, אַז דעם סצענאַר האָט אָנגעשריבן שוואַרץ, אָבער כ’וואָלט געשאַצט, אַז 90% קומט וואָרט נאָך וואָרט פֿון שלום־עליכמען). די פּיעסע האָט מען אויף ענגליש קיין מאָל נישט פֿאַרטײַטשט; אויף אַנדערע לשונות, מסתּמא, אויך נישט, איז זי אַוודאי נישט באַקאַנט דעם נישט־ייִדישן עולם, און צוליב עפּעס אַ סיבה אויך נישט דעם ייִדישן.

אין דער פּיעסע איז נישטאָ קיין „פּאַן שלום־עליכם“, קיין שטענדיקער צוהערער, רעדט טבֿיה מיט זײַן משפּחה, וואָס באַשטייט פֿון זײַן ווײַב, גאָלדע, בלויז צוויי טעכטער — צייטל און חוה, און צוויי אייניקלעך — צייטלס קינדערלעך. חוץ דעם, זענען דאָ אַ סך אוקראַיִנער, וואָס רעדן מאַמע־לשון; אינעם פֿילם איז איינער פֿון זיי אַפֿילו אַ גלח. נאָר דאָס וואָס אַלע קענען זיי ייִדיש הייסט נישט, אַז זיי קענען זיך אויס אין די קליינע אותיות.

באַקומט זיך אַ טשיקאַווע סיטואַציע: בשעת אין די דערציילונגען ברענגט טבֿיה אַ פּסוק אָדער אַ פּרק און פֿאַרטײַטשט עס אויף זײַן אופֿן, קען דער צוהערער, שלום־עליכם, פֿאַרשטיין די חכמה און אַ שמייכל טאָן; אין דער פּיעסע און אינעם פֿילם איז נישטאָ אַזאַ צוהערער: קיינער פֿאַרשטייט נישט טבֿיהס חכמות, קען בלויז ער הנאה האָבן פֿונעם הומאָר. אין תּוך אַרײַן, הייסט עס, רעדט טבֿיה די גאַנצע צײַט מיט זיך אַליין! דאָ איז ער דאָך דער איינציקער, וואָס איז אַפֿילו געגאַנגען אין חדר… אַז חוה טבֿיהס לייענט ביכלעך אויף רוסיש ווייסן מיר, נאָר זי קען נישט קיין לשון־קודש.

איז ווי אַזוי טײַטשן מיר אויס טבֿיהס אויסטײַטשן? דווקא דאָס, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען היפּוכדיק, הייסט עס, אַז מע דאַרף זייער גוט פֿאַרשטיין דעם מקור! אַנישט קען מען אים נישט קונציק פֿאַרדרייען אַזוי ווי טבֿיה. איז לאָמיר כאַפּן אַ קוק אויף אַ צאָל ווערטלעך טבֿיהס, וואָס מע געפֿינט אין דער פּיעסע און אַליין פּסקענען, צי זיי נעמען זיך פֿון אַן עם־האָרץ:

• „ויבֿוא המן“ (פֿון מגילת אסתּר) ‘המן איז געקומען’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳דער רוח האָט זיי געבראַכט…׳

• „אַתּה בחרתּנו מכּל העמים“ (פֿונעם מחזור) ‘האָסט אונדז אויסגעקליבן פֿון אַלע פֿעלקער’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳מע האָט אונדז ליב אומעטום…׳

• „כּי במקלי עבֿרתּי את הירדן“ (פֿון ספֿר בראשית) ‘מיט מײַן שטעקן בין איך אַריבער דעם (טײַך) ירדן“  — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳מאַכט רשי: געקומען מיטן בײַטשל און אַוועק מיטן בײַטשל…׳

• „וינצלו את מצרים“ (ספֿר שמות) ‘און זיי האָבן אויסגעליידיקט מצרים’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳אויספֿאַרקויפֿט אַלצדינג!׳

• „אם אין קמח אין תּורה“ (פּרקי אָבֿות) ‘אַז נישטאָ קיין מעל, איז נישטאָ קיין לערנען’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳אַז מע’ט מכּות עסן, וועט מען קדחת קענען…׳

• „ויתרוצצו הבנים“ (ספֿר בראשית) ‘די זין זענען זיך צעלאָפֿן’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳די טעכטער זענען אויסגעוואַקסן.׳

• „לא אָמר כּלום“ (מקור?)  ‘ער האָט גאָרנישט געזאָגט’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) ׳האָט קלים [= אַ גוי] גאָרניט געזאָגט!׳

• „וישכּחהו“ (ספֿר בראשית) ‘און ער האָט אים פֿאַרגעסן’ — (פֿאַרטײַטשט טבֿיה) מאַכט ׳רשי: נע בולאָ ניקאָלע או מיקאָלע [אוקראַיִניש: ‘ס’איז קיין מאָל נישט געווען בײַ מיקאָלן’]… ׳חבֿר ווי געוועזן!׳

ער מאַכט אַפֿילו חוזק פֿון אַן אַנדער ייִד, מענדל ווערעביווקער, וואָס וואָלט נישט געקענט פֿאַרטײַטשן „סלחתּי כּדבֿריך“ (פֿון כּל־נדרי) און פֿירט אויס: „אַ ייִד אַן עם־האָרץ איז ערגער פֿון אַ גוי!“

אמת, טבֿיה ציטירט דערעיקרשט פֿון חומש, פֿון פּרקי־אָבֿות און פֿונעם דאַווענען — מקורים, וואָס ס’האָבן דעמאָלט געקענט אַפֿילו חדר־ייִנגלעך. צי וואָלט אָבער אַן עם־האָרץ בכלל געקענט אַזוי רעדן?