וואַרשע. — דער „נאָבעל‟־לאָרעאַט און שרײַבער פֿון חורבן־זכרונות, אלי וויזעל, וועט באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿונעם קאַטוילישן לערן־אַנשטאַלט, „דער אוניווערסיטעט פֿונעם פּויפּסט יאַנוס פּאָולוס דעם צווייטן‟, אין קראָקע.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער סענאַט פֿונעם אוניווערסיטעט איינשטימיק באַשלאָסן צו באַערן דעם 86־יאָריקן וויזעל לכּבֿוד זײַן קאַמף צו פֿאַרטיידיקן די מענטשלעכע ווירדע; פֿאַר זײַנע באַמיִונגען צו אינפֿאָרמירן דעם ברייטן עולם וועגן די פֿאַרברעכנס פֿונעם חורבן; פֿאַר זײַן כּסדרדיקן דערמאָנען די פּאָלאַקן וועגן דער העלדישקייט פֿון יאַן קאַרסקי, און פֿאַר זײַן קאַמף קעגן גענאָציד, אַנטיסעמיטיזם, אומטאָלעראַנץ און קסענאָפֿאָביע בכלל.
„צווישן די סיבות פֿאַר געבן אלי וויזעל דעם דאָזיקן כּבֿוד איז זײַן פֿולשטענדיקע איבערגעגעבנקייט צום קאַמף לטובֿת דער מענטשלעכער ווידער ווי אַ קוואַל פֿון רעכט און פֿרײַהייט,‟ האָט געשריבן פּראָפֿעסאָר אַנדזשיי זאָל.
די צײַט און דאָס אָרט פֿון דער צערעמאָניע, אויף וועלכער מע וועט איבערגעבן וויזעל דעם ערן־דאָקטאָראַט, איז נאָך נישט באַשטימט געוואָרן.
וויזעל איז געבוירן געוואָרן אין 1928 אינעם שטעטל סיגעט, רומעניע. אין 1944 איז זײַן משפּחה דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם אומברענג־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. נאָך דעם האָט מען אים פֿאַרשיקט קיין בוכענוואַלד. נאָך דער מלחמה האָט ער שטודירט ליטעראַטור, פּסיכאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע בײַם „סאָרבאָן‟ אין פּאַריז. אין 1986 האָט ער באַקומען די „נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.