דזשערבאַ, טוניזיע. — ווי איינער וועלכער האָט געדינט ווי אַ Forward־קאָרעספּאָנדענט במשך פֿון די לעצטע טעג פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, זעט מיר דער איצטיקער מצבֿ אין טוניזיע אויס אַ ביסל ווי פּערעסטרויקאַ. מענטשן זיצן אין קאַפֿעען און דריקן אויס פֿאַרשידענע מיינונגען אַפֿילו אויף „פֿאַרבאָטענע‟ טעמעס ווי האָמאָסעקסואַליטעט און די ראָלע פֿון ייִדן אין דער טוניזער געשיכטע, אָן שום מורא פֿאַר אינפֿאָרמאַנטן אָדער דער געהיימער פּאָליציי.
טוניזיע איז געווען דאָס ערשטע לאַנד אַרויסצוּווײַזן סימנים פֿונעם „אַראַבישן פֿרילינג‟, נאָך דעם ווי דאָס פֿאָלק האָט פֿאַרטריבן זײַן לאַנג־יאָריקן מיליטערישן דיקטאַטאָר מיט כּמעט פֿיר יאָר צוריק. הײַנט זעט עס אויס ווי דאָס איינציקע, וואָס האָט טאַקע גענאָסן פֿון דער רעוואָלוציע. עגיפּטן האָט זיך אומגעקערט צו אַן אויטאָקראַטישער רעגירונג; סיריעס פֿרידלעכע איבערקערעניש איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ בלוטבאָד; תּימן האָט באַזײַטיקט זײַן קאָרומפּירטן פּרעזידענט, אָבער איז איצט פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט שיִיִטישע מיליטאַנטן.
אָבער אין טוניזיע האָט מען די וואָך בשלום דורכגעפֿירט די פּרעזידענטישע וואַלן. דער געווינער איז אַ לאַנג־יאָריקער סעקולערער טעכנאָקראַט, באַדזשי קאַיִד אַסעבסי. פֿון דעסטוועגן, האַלטן אַלע, אַז די צוקונפֿט פֿון דעמאָקראַטיע הענגט אָפּ אין דעם צי דאָס לאַנד וועט קענען, ערשטנס, ממשותדיק פֿאַרבעסערן די עקאָנאָמיע, און צווייטנס, אָפּשטעלן די טעראָריסטישע אַקטיוויטעטן פֿון די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן. הײַנט האָבן 15% פֿון דער באַפֿעלקערונג נישט קיין אַרבעט, און בײַ די יונגע איז עס צוויי מאָל אַזוי פֿיל. טאַקע דערפֿאַר האָבן די טעראָריסטישע פֿירער ביז איצט באַוויזן צוצוציִען אַ סך יונגע מענער אין זייער באַוועגונג.
איך בין געקומען אַהער כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף ייִדן און מוסולמענער אינעם עלעגאַנטן — און גוט־באַוואָרנטן — „האָטעל אַפֿריקע‟. אויפֿן סדר־היום: אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער 1,500־יאָריקער געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן די מוסולמענער און די ייִדן, ווי אויך אַ דיסקוסיע וועגן דעם מצבֿ אין דער הײַנטיקער טוניזיע.
כ׳בין נישט געווען זיכער, צי די ייִדן וועלן קומען אויף דער אונטערנעמונג. פֿאַראַיאָרן האָט מען אין טוניזיע דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע לזכּרון די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן, און כאָטש עס זענען געקומען אַ צאָל מוסולמענער און סעקולערע מענטשנרעכט־אַקטיוויסטן, איז נישט געקומען קיין איין ייִד.
די צוריקגעהאַלטנקייט פֿון דער ייִדישער קהילה — אַפֿילו בעת אַ צײַט פֿון אָפֿנקייט און פֿרײַהייט אין טוניזיע — שפּיגלט אָפּ די פּרעפֿערענץ בײַ די ייִדן זיך נישט צו וואַרפֿן אין די אויגן. זייער אינסטינקט איז פֿאַרשטענדלעך. אין 2002 האָט אַ טעראָריסטישער אַטאַק אויף דער אור־אַלטער גריבאַ־שיל דערהרגעט 21 טוריסטן, און זינט דעמאָלט האָט מען שוין אַ סך מאָל וואַנדאַליזירט שילן און בית־עולמס אין לאַנד.
די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונג דאָ קומט נישט בלויז פֿון טעראָריסטן. אין 1982 האָט טוניזיע, אויפֿן פֿאָרלייג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מסכּים געווען צו דעלרויבן די PLO איבערצופֿירן איר הויפּטקוואַרטיר קיין טוניס. אין 1985 האָט ישׂראל אויפֿגעריסן די הויפּקוואַרטיר ווי אַ רעאַקציע אויף אירע אָנגייענדיקע אַטאַקן, און אין 1988 האָט אַ ישׂראלדיקע קאָמאַנדע אומגעבראַכט דעם הויך־ראַנגיקן PLO־פֿירער כאַליל אַל־וואַזיר דורך אַן אָבלאַווע אויף זײַן הויז בײַם ים. אַ סך טוניזיער, וועלכע האָבן נאָך פֿון פֿריִער סימפּאַטיזירט מיט די פּאַלעסטינער, האָבן אויסגעגאָסן פּעך־און־שוועבל אויף ישׂראל נאָך דעם אינצידענט.
פֿאַר 1948 האָבן מער ווי 100,000 ייִדן געוווינט אין טוניזיע, אַ ייִדישער ייִשובֿ וואָס איז, זאָגט מען, מער ווי 2,500 יאָר אַלט. בערך 800 ייִדן וווינען הײַנט אין דער געגנט פֿון טוניס; און 1,200 אַנדערע — זייער פֿרומע ייִדן — וווינען אויפֿן אינדזל דזשערבאַ, לעבן דער גריבאַ־שיל. דזשערבאַ איז הײַנט אַ לעבעדיקע קהילה, וווּ די ייִדישע משפּחות האָבן אַ סך קינדער. עס געפֿינען זיך דאָרט 11 שילן אַחוץ דער גריבאַ־שיל, אַ קינדערגאָרטן, צוויי טאָגשולן, אַ מיטלשול פֿאַר מיידלעך און אַ ישיבֿה; אַ כּשרע בעקערײַ און שעכטהויז.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען די ייִדן יאָ געקומען צו דער הײַיאָריקער אונטערנעמונג, דעם 7טן דעצעמבער, הגם בלויז 10 פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט ראָדזשער ביסמוט, דער פּרעזידענט פֿון דער טוניס־קהילה, און רענע טראַבעלסי, אַ טור־פֿירער, וועלכער ברענגט ספֿרדישע ייִדן פֿון איבער דער וועלט יעדן ל״ג־בעומר צו דער גריבאַ שיל.
נאָכן פֿילם, האָבן סײַ די ייִדן, סײַ די מוסולמענער אויסגעדריקט באַדויער, וואָס די ייִדן זענען ממש פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם עפֿנטלעכן טוניזער לעבן. איינער פֿון די באַטייליקטע אינעם שמועס — יוסף קריף, אַ ייִד אין די 60ער — האָט דערציילט, אַז ער האָט יונגערהייט עמיגרירט אין דער שווייץ אָבער האָט זיך אומגעקערט מיט 15 יאָר צוריק, ווײַל ער האָט געבענקט נאָך דער וואַרעמער אַטמאָספֿער פֿון זײַן היימלאַנד.
קריף האָט דערציילט וועגן אַן אינצידענט, וואָס שפּיגלט טאַקע אָפּ די פֿאַרבעסערטע באַציִונגען הײַנט צווישן מוסולמענער און ייִדן אין טוניזיע. נאָך אַ שטיקל אַקצידענט מיט זײַן אויטאָ לעצטנס איז אַ אַ פּאָליציאַנט אים געקומען העלפֿן און האָט, נישט־טראַכטנדיק, געניצט דאָס ווערטל: „זאָל גאָט דיך אָפּהיטן פֿון אַ ייִד‟. אַן אויפֿגעבראַכטער האָט קריף געענטפֿערט: „איך בין אַליין אַ ייִד און אײַער באַמערקונג איז אַ באַליידיקונג!‟ דער פּאָליציאַנט האָט זיך טיף אַנטשולדיקט און האָט אַפֿילו באַדאַנקט קריף פֿאַר ווײַזן אים ווי נישט־אײַנגענעם אַזאַ ווערטל קען זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.