ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 23, 2014, issue of January 23, 2015.

חנוכּה־ליכטלעך אין קאָרטשאַקס יתומים־הויז

דער וואַרשעווער ייִדישער צענטער, דער אַזוי גערופֿענער JCC, צינדט הײַיאָר אָן חנוכּה־ליכטלעך אין אַכט פֿאַרשיידענע וואַרשעווער הײַזער במשך פֿון די אַכט טעג פֿון חנוכּה. איין הויז איז מיר גוט באַקאַנט — קאָרטשאַקס יתומים-הויז, וואָס איז ביזן הײַנטיקן טאָג אַ יתומים-הויז, אָבער שוין נישט קיין ייִדישס.

אויף פּאַפּיר איז דער געדאַנק טאַקע אַ שיינער, און די פּוילישע פּרעסע האָט געשריבן וועגן דעם. אין דער אמתן אָבער, טראָגט די דאָזיקע חנוכה־אונטערנעמונג ווייניק זין. נעמט טאַקע דאָס קאָרטשאַקס יתומים-הויז: ס’איז אַ ריזיק הויז מיט אַן אַ שיעור פֿענצטער. וואָס איז שוין די נפֿקא-מינא, אַז עמעצער שטעלט ליכטלעך אין עפּעס אַ פֿענצטער, וואָס קיינער באַמערקט זיי נישט?

אַן ענלעכער פּרוּוו צו דערמאָנען די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים פֿון וואַרשע איז הײַיאָר שוין איין מאָל נכשל געוואָרן. סע גייט א רייד וועגן דעם חורבן־אָנדענק טאָג. די „פֿונדאַציע שלום‟ האָט געבעטן די וואַרשעווער אײַנוווינער זיי זאָלן שטעלן אָנדענק־ליכטלעך אין זייערע פֿענצטער לזכר זייערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים, וואָס זענען אומגעקומען אין טרעבלינקע און אַנדערע דײַטשישע טויט־לאַגערן. די איינציקע ליכטלעך, וואָס איך האָב דעמאָלט געזען, זענען געווען אויף דער גיעלדאָווער גאַס, טאַקע נישט ווײַט פֿון קאָרטשאַקס יתומים-הויז. דאָרט וווין איך.


„יוסף און זײַנע ברידער‟ אינעם קינדער־טעאַטער

מיט דרײַ יאָר צוריק איז געגרינדעט געוואָרן דער וואַרשעווער ייִדישער קינדער־טעאַטער — אַן איניציאַטיוו פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער פּוילישער רעגירונג.

די קינדער שפּילן דאָרט נײַע ייִדישע פּיעסן אויף פּויליש מיט פֿראַגמענטן און לידער אין דער ייִדישער שפּראַך.

איין פּיעסע פֿון זייער רעפּערטואַר איז אַפֿילו באַאַרבעט געוואָרן ווי אַן אַנימאַציע־פֿילם, וואָס איר קענט זען אויף „יו-טיוב‟ אונטערן טיטל „דער גליקלעכער מענטש‟. 

הײַיאָר האָבן די קינדער געשפּילט אינעם קליינעם, אָבער שיינעם טעאַטער פֿונעם קולטור־הויז אויף דער סמאָלנער־גאַס אין וואַרשע א נײַע מוזיקאַלישע פּיעסע, „יוסף און זײַנע ברידער‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער קינדערשער ווערסיע איז אויסגעמיטן געוואָרן די באַרימטע סצענע, וווּ פּאָטיפֿאַרס ווײַב וויל פֿאַרפֿירן דעם אומשולדיקן יוסף. דאָס הייסט נישט, אַז די מעשׂה פֿון יוספֿן איז שווער צום פֿאַרשטיין פֿאַר קינדער. איין טעמע פֿון דער יוסף־מעשׂה — איך מיין, די קנאה צווישן ברידער — איז געווען קלאָר פֿאַר קינדער אין די צײַטן פֿון תּנ’’ך און איז געבליבן פּונקט אַזוי אַקטועל הײַנט צו טאָג. דער סוף פֿון דער מעשׂה איז, ווי מיר ווייסן, אַ גוטער. אַלע קינדער האָבן געזונגען „און מיר זענען אַלע ברידער‟ — טאַקע אויף ייִדיש; דער עולם האָט געפּאַטשט בראַוואָ מיט התלהבֿות צום ריטעם פֿונעם ליד.


בלײַענע דריידלעך אַנטדעקט אונטער אַמאָליקער ווילנער געטאָ

בוי־אַרבעטער האָבן אַנטדעקט פֿיר בלײַערנע דריידלעך בשעת זיי האָבן געגראָבן די ערד אין ווילנע, אויפֿן שטח פֿון דער אַמאָליקער ווילנער געטאָ.

די בוי־געזעלשאַפֿט האָט געגעבן די דריידלעך במתּנה דער פֿונדאַציע „ממעמקים‟. לעצטנס, האָט די פֿונדאַציע געראַטעוועט מצבֿות פֿון אַן אַמאָליקן וואַרשעווער בית-עולם, ווי מיר האָבן שוין געשריבן אויף די זײַטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.

די דריידלעך זענען געווען באַגראָבן אין דער ערד במשך פֿון זיבעציק יאָר, אָבער די העברעיִשע אותיות נ, ג, ה און ש (נס גדול היה שם) זענען נישט געשעדיקט געוואָרן.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.