בראָנקסער „קלעזפֿעסט‟־2014

Bronx Klezfest 2014

סטיוו ווײַנטרויב פֿירט אָן מיט טענץ
Jordan Moss
סטיוו ווײַנטרויב פֿירט אָן מיט טענץ

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 24, 2014, issue of January 23, 2015.

אַ ריזיקער עולם פֿון איבער 130 מענטשן האָט אָנגעפּאַקט דעם קליינעם זאַל פֿונעם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס, כּדי צו געניסן פֿון קלעזמער־מוזיק און טענץ. דער יערלעכער „קלעזמער‟־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר שוין דרײַ יאָר, ציט צו גרויסע שטערן פֿון דער ייִדישער מוזיק־וועלט, ווי אויך ייִנגערע מוזיקער, וואָס הייבן ערשט אָן אויף זייער קלעזמערישן וועג.

אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 22סטן דעצעמבער, זענען אויפֿגעטראָטן סך־הכּל פֿינף קאַפּעליעס אָדער זינגער, ווי אויך אַ קאַפּעליע בײַם סוף, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַלע קלעזמאָרים אין עולם, וואָס האָבן געוואָלט צוזאַמענשפּילן.

צו ערשט האָט געזונגען חיים וואָלף מיט אַ ריי לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן „באָרשט־פּאַס‟ אין די „קעטסקיל‟־בערג. אַ באַגאַבטער פֿאַרווײַלער, האָט וואָלף באַחנט דעם עולם מיט זײַנע אַנעקדאָטן און וויצן פֿון זײַנע לאַנגע יאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער. ווי זײַן שטייגער איז, האָט מען געהערט ניט בלויז לידער, נאָר מע האָט זיך אויך דערוווּסט וועגן די אַמאָליקע שטערן, וואָס האָבן געזונגען די לידער און וואָלפֿס פּערזענלעכע באַציִונג צו זיי. צוליב זײַן פֿאַרווײַלערישן חוש, זענען די דאָזיקע „לעקציעס‟ אָבער ווײַט ניט געווען פּעדאַנטיש, נאָר אַן אינטעגראַלער, רירנדיקער טייל פֿון זײַן אויפֿטרעט. אַזוי אַרום האָט וואָלף אַרײַנגעוועבט אין זײַן זינגען אַ געפֿיל פֿון קולטורעלער המשכדיקייט.

נאָך חיימס אויפֿטרעט האָט הענעך סאַפּאָזניק פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער פֿון פֿאַרשידענע מקומות און צײַטן; לידער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער, וואַודוויל, פֿאָלקס־לידער אא׳׳וו. ספּעציִעל געלונגען איז געווען זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟, געזונגען ווי אַן אַפּאַלאַטשיאַנער באַלאַדע, וואָס האָט געהילכעט איבערן זאַל סײַ מיטן פּײַן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע בעלי־מלאָכות פֿונעם תּחום־המושבֿ און סײַ מיטן רוחניותדיקן געוויין פֿון די מערבֿ־ווירדזשיניער קוילן־גרעבער.

דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ שפּילן בעתן „קלעזפֿעסט‟
Jordan Moss
דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ שפּילן בעתן „קלעזפֿעסט‟

די מוזיק איז מער לעבעדיק און טומלדיק געוואָרן נאָך דעם, וואָס די „ברידער נאַזאַראָף‟ זענען געקומען אויף דער בינע. די קאַפּעליע, וואָס איז אויפֿן פֿעסטיוואַל באַשטאַנען פֿון דניאל קאַהן, פּסאָי קאָראָלענקאָ און דזשייק שולמאַן־מענט, שפּילט דעם רעפּערטואַר פֿון נתן „פּרינץ‟ נאַזאַראָף, אַ האַלב־פֿאַרגעסענער זינגער, וואָס איז באַקאַנט צוליב זײַן אַלבאָם „פֿריילעכע ייִדישע לידער‟, אַרויסגעגעבן דורך דער פֿירמע Folkways. בײַם הערן די ווערטער צו די לידער האָט דער עולם געלאַכט אין צוויי עטאַפּן; צו ערשט נאָך דעם וואָס מע האָט געהערט דעם ייִדישן אָריגינאַל און דערנאָך פֿיל העכער ווען מען האָט געהערט די ענגלישע איבערזעצונג, ווײַל די ענגלישע איבערזעצונגען זענען זייער שלעכט. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכּיוון: די „ברידער־נאַזאַראָף‟ זינגען די ענגלישע ווערטער, וואָס האָבן לכתּחילה באַגלייט די פּלאַטע אין 1954, דווקא צוליב דעם, וואָס זיי גיבן די לידער אַן אַבסורדישן טעם. די דאָזיקע „איבערזעצונגען‟ זענען אַזוי פֿאַרגרײַזט און אומגעלומפּערט, אַז אַפֿילו איינער וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין וואָרט ייִדיש קען גרינג דערקענען, אַז זיי זענען „ניט מיט אַלעמען‟.

אויף אַ סך אַ מער ניכטערן אופֿן האָט קאַהן געזונגען דאָס ליד „אומעט אומעטום‟, אַ טרויעריק ליד וועגן בענקשאַפֿט און עצבֿות פֿון זײַן אַלבאָם „שלעכטע אַלטע לידער‟ (2012). קאַהנס זינגען, צוזאַמען מיט שולמאַן־מענטס פֿידל, האָבן ממש פֿאַרכּישופֿט דעם עולם. מע וואָלט געקענט גרינג מיינען, אַז „אומעט אומעטום‟ איז אַ טראַדיציאָנעל ליד, אָבער קאַהן, אַ מײַסטערישער שרײַבער פֿון טעקסט, האָט עס אַליין אָנגעשריבן. די מוזיק צום ליד האָט געשאַפֿן שולמאַן־מענט, ווי אויך דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד.

נאָך אַ הפֿסקה האָט מען אַוועקגערוקט אַלע בענקלעך אויף אַ זײַט און סטיוו ווײַנטרויב האָט געפֿירט מיט די טענצער בעת פֿאַרשידענע גרופּעס האָבן געשפּילט לעבעדיקע מוזיק. אַהרן אַלעקסאַנדער, זאָע קריסטיאַנסען, מײַקל ווינאָגראַד, פּאַטריק פֿאַרעל און מאַרק רובין האָבן געשפּילט פֿאַרשידענע טראַדיציאָנעלע טענץ־לידער. אַ פּאָר אומדערוואַרטע געסט האָבן געזונגען חנוכּה־לידער, צווישן זיי בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, וואָס האָט געזונגען דאָס ליד „דריי דריידעלע‟ פֿון משה אוישער בעת דער עולם האָט געטאַנצט אַ קאַראַהאָד.

מײַקל ווינאָגראַד און דזשאָרדין הירש שפּילן בעתן פֿעסטיוואַל
Jordan Moss
מײַקל ווינאָגראַד און דזשאָרדין הירש שפּילן בעתן פֿעסטיוואַל

פֿאָקס־ראָזען, וואָס האָט שפּעטער אין אָוונט געזונגען בײַ דער „עלדרידזש־סטריט שול‟ ווי אַ טייל פֿון זײַן „ייִדישן קונסט־טריאָ‟, האָט מיטגעבראַכט מיט זיך זײַן פּיצל קינד. כאָטש זײַן עופֿעלע איז מסתּמא געווען דאָס ייִנגסטע קינד בײַם פֿעסטיוואַל, איז עס ווײַט ניט געווען דאָס איינציקע. דער עולם איז בכלל געווען זייער אַ פֿאַרשידנאַרטיקע: עס האָבן זיך גרינג צוזאַמענגעמישט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין זייערע 90ער יאָרן מיט יונגע און מיטל־יעריקע ייִדישיסטן, געוועזענע חסידים, אָנהענגער פֿון דער קלעזמער־מוזיק און אַנדערע געסט, וואָס קומען ניט אויף די רעגולערע ייִדישיסטישע אונטערנעמונגען בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟.

בײַם סוף, נאָך 4 שעה פֿון מוזיק און טענץ, האָט די קאַפּעליע פֿון פֿרײַוויליקע, בראָש מיט דניאל קאַהן (אַ סך פֿון די פּראָפֿעציאָנעלע מוזיקער אחוץ קאַהנען זענען שוין אַוועקפֿאָרן אויף פֿאָקס־ראָזענס קאָנצערט) געענדיקט די שׂימחה מיט נתן „פּרינץ‟ נאַזאַראָפֿס ליד „אוי בין איך אַ מזלדיקער ייִד‟. מע האָט אַ רגע גערעדט וועגן שפּילן נאָך אַ ליד, אָבער סוף־כּל־סוף באַשלאָסן, אַז קיין מער פּאַסיק ליד בײַם סוף קען ניט געמאָלט זײַן און דער עולם איז אַוועקגעפֿאָרן אַ גליקלעכע.

ווי מזלדיק זענען מיר, ניו־יאָריקער תּשובֿים, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ אונדז אַזאַ פֿעסטיוואַל.