ניו־יאָרק. — די קאָנסערוואַטיווע יוגנט־גרופּע United Synagogue Youth (USY) האָט מאָנטיק אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, וואָס אַנולירט דעם פֿאַרווער קעגן אַרויסגיין אויף ראַנדקעס מיט נישט־ייִדן.
די ענדערונג איז אָנגענומען געוואָרן אין אַטלאַנטע, בעת דער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון דער יוגנט־גרופּע. גלײַכצײַטיק האָט די USY־פֿאַרוואַלטונג אָפּגעוואָרפֿן אַ צווייטן פֿאָרלייג, וואָס וואָלט אין דער פֿאַרוואַלטונג אַרײַנגעלאָזט יונגע מיטגלידער, וועלכע היטן נישט שבת.
די ענדערונג וואָס שייך דעם ראַנדקע־ענין שפּיגלט אָפּ די רעאַליטעט פֿון ס׳רובֿ יונגע לײַט אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג. בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן וועלכע האָבן חתונה געהאַט זינט דעם יאָר 2000 זענען בערך 40% פֿון זיי געווען מיט נישט־ייִדן, לויט דער אַנקעטע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן דורכגעפֿירט דורכן „פּיו פֿאָרשצענטער‟ אין 2013. אַנדערע קוואַלן גיבן איבער, אַז ס׳רובֿ קאָנסערוואַטיווע יונגע ייִדן גייען הײַנט אַרויס אויף ראַנדקעס מיט נישט־ייִדישע יונגע לײַט.
הגם די פֿאַרוואַלטונג האָט אַנולירט דעם פֿאַרווער קעגן אַרויסגיין מיט נישט־ייִדן, האָט די רעזאָלוציע אָבער בפֿירוש צוגעגעבן, אַז די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער זאָלן אַליין „דינען ווי אַ מוסטער‟ פֿאַר די אַנדערע — ערשטנס, דורך אָנערקענען די וויכטיקייט פֿון ראַנדקעווען בלויז מיט ייִדן, און צווייטנס, דורך „אַרויסווײַזן דרך־ארץ יעדן איינעם, ווײַל אין תּוך זענען אַלע באַשאַפֿן געוואָרן בצלם אלקים‟.
מיט עטלעכע וואָכן פֿאַר דער אָפּשטימונג בײַ USY, האָט אַ ראַבינער פֿון איינער פֿון די גרעסטע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס אין לאַנד, וועזלי גאַרדענשוואַרץ, פֿון „טעמפּל עמנואל‟ אין ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס, פֿאָרגעלייגט פֿאַר זײַנע מתפּללים, אַז ער קלערט אָנצוהייבן דינען ווי אַ מסדר־קידושין אויף די חתונה־צערעמאָניעס פֿון ייִדן מיט נישט־ייִדן, אַבי דאָס פּאָרפֿאָלק וועט צוזאָגן צו דערציִען ייִדישע קינדער. זײַן פֿאָרלייג האָט אָבער אַרויסגערופֿן קריטיק סײַ בײַ די קעגנער פֿון געמישטע חתונות, סײַ בײַ די געמישטע פּאָרפֿעלקער אַליין, וועלכע האָבן געטענהט, אַז ס׳איז נישט יושרדיק צו פֿאָדערן אַזאַ זאַך בלויז בײַ די געמישטע פּאָרפֿעלקער. מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט גאַרדענשוואַרץ געמאָלדן, אַז ער ציט צוריק זײַן פֿאָרלייג.
לויט די תּקנות פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, טאָר אַ ראַבינער נישט דינען ווי מסדר־קידושין אָדער אַפֿילו זיך באַטייליקן ווי אַ גאַסט אויף די חתונות פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער. ס׳רובֿ קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס נעמען אָבער וואַרעם אויף צווישן־רעליגיעזע פּאָרפֿעלקער, און אַ טייל דערלויבן אַפֿילו די נישט־ייִדן צו ווערן מיטגלידער. געוויסע קאָנסערוואַטיווע ראַבינער זענען שוין אויך בײַגעווען אויף די חתונות פֿון צווישן־רעליגיעזע פּאָרפֿעלקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.