די ציוניסטישע באַוועגונג, זינט אירע ערשטע טעג אָן, האָט זיך געשטעלט אַ ציל אָפּצוזוכן פֿאַר די פֿאַרפּלאָגטע ייִדן, איבערהויפּט פֿון מיזרח-אייראָפּע, אַ שטח אויף וועלכן מע וועט קענען גרינדן אַ ייִדישע אומאָפּהענגיקע מלוכה — אַ ייִדישע מדינה. וואָס זשע הייסט טאַקע אַ ייִדישע מדינה? — האָבן זיך די ייִדן געפֿרעגט מיט רעכט. צי זאָל די מדינה זײַן אַ מלכות פֿון כּהנים, וואָס איר עיקר־ציל איז צו דינען ווי אַ קולטורעלער צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, לויט אחד-העמס וויזיע? צי זי זאָל זײַן אַ פּאָליטישע מדינה, וואָס איר הויפּט־ראָלע איז צו זײַן אַ מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, ווי הערצל האָט עס באַשטעטיקט?
איז דאָס אַ מדינה פֿאַר ייִדן אָדער דאַרף מען עפּעס צולייגן צו דעם כאַראַקטער, כּדי די מדינה אַליין זאָל זײַן ייִדישלעך, וואָס עס זאָל נישט מיינען? אָט די פֿראַגע האָט מען ביז דעם הײַנטיקן טאָג נישט געלייזט ענדגילטיק און דאָך, קען איך נישט פֿאַרגעסן די פֿינקלענדיקע אויגן פֿון מײַן חבֿרטע, הײַנט מײַן פֿרוי, בשעתן גיין איבער אַ צענטראַלער גאַס. איך האָב זיך דעמאָלט אַ ביסל דערשראָקן — ווי קומט אַזאַ שײַן אין אירע אויגן? זאָל דאָס זײַן, חלילה, עפּעס אַ ירושלים-סינדראָם?
זי האָט מיך באַרויִקט און געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז עס איז אַ וווּנדער פֿאַר ייִדן פֿון גלות, אַפֿילו גלות אַמעריקע, אָנצוקומען אין אַ לאַנד, וווּ די שילדן פֿון די קלייטן זײַנען אויף העברעיִש, וווּ כּמעט אַלץ איז פֿאַרמאַכט שבת און יום-טובֿ, און וווּ די אויסדרוקן ווי „חס־וחלילה‟ און „אין אַ גוטער שעה‟, הערט מען אומעטום, און נישט נאָר פֿון די רעליגיעזע.
אַקעגן וואָס דערמאָן איך דאָס?
אָט, איז לעצטנס צוגעקומען אַ נײַער ענטפֿער צו דער סדרה ענטפֿערס אויף דער קשיא: מיט וואָס איז אַנדערש אַ ייִדישע מדינה; מיט וועלכע מיטלען דריקט זי אויס איר ייִדישקייט? דערמיט וואָס אַלע לערנען „פּרק יומי‟ - אַ טעגלעכן פּרק פֿון תּנ”ך.
די איניציאַטיוו פֿון טעגלעכן פּרק אָדער ווי מע רופֿט זי: „איניציאַטיוו 929‟, שטעלט זיך ווי אַ ציל צו פֿאַרשפּרייטן דאָס לייענען תּנ”ך צווישן דעם עולם. אין די קומענדיקע צוויי און אַ האַלב יאָר וועלן די ישׂראלים לערנען איין פּרק פֿון תּנ”ך יעדן טאָג, אָבער אָנשטאָט צו לייענען מיט רש”י, מפֿרשים און תּרגום, זײַנען די „מפֿרשים‟ די עליטע פֿון דער ישׂראלדיקער אינטעליגענץ — שרײַבער, קינסטלער, אַקאַדעמיקער, זשורנאַליסטן. זיי גיבן צו צום פּרק זייערע אייגענע קאָמענטאַרן, הערות און „קנייטשן‟; צווישן די באַטייליקטע קען מען געפֿינען סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע און… צו־להכעיסניקעס. ווי קען דען אַנדערש זײַן בײַ ייִדןי?!
די איניציאַטיוו איז אַרויסגעקומען פֿונעם תּנ”ך-קרײַז, וואָס עקזיסטירט שוין במשך פֿון לאַנגע יאָרן, זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה; אין דער דירה פֿונעם איצטיקן ישׂראלדיקן פּרעזידנט, ראובֿן ריוולין.
דער פּרעזידענט, צוזאַמען מיט דעם געוועזענעם אַשכּנזישן הויפּט-רבֿ, הרבֿ מאיר לאַו, האָבן באַשלאָסן צו מאַכן פֿון דעם קרײַז אַ פּראָיעקט, אויפֿצובויען אַ ייִדישן אידענטיטעט בײַ די בירגער. פּרעזידענט ריוולין האָט באַשריבן דעם תּנ”ך אין דער דערעעפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דעם פּראָיעקט, ווי „אונדזער אַלטצײַטיקער אידענטיטעט-קאַרטל‟. דער פּראָיעקט צייכנט זיך אויס מיט אַ פּרעכטיקן וועבזײַטל — אי רײַך אי וויזועל, אי אינהאַלטלעך, וואָס איז פֿריש און צוציִעוודיק; ווײַט פֿון תּשובֿה־ריידעלעך, פּראָפּאַגאַנדע, פּאָליטיק און שטענדיקע קריגערײַען צווישן ייִדן.
אויף דעם זײַטל, וואָס באַהאַנדלט דעם ערשטן פּרק פֿון בראשית, האָב איך דערזען, אַז מע האָט נאָך נישט פֿאַרגעסן וועגן מאַמע-לשון. עס איז געווידמעט געוואָרן אַ קורצע נאָטיץ וועגן דעם תּנ”ך אויף ייִדיש. דער פּראָיעקט איז אַן אײַנלאַדונג אָפּצושיילן די שאָלעכץ פֿון דער טאָג-טעגלעכער, דרויסנדיקער אידענטיטעט און זיך אַרײַנלאָזן אין די סאַמע אוראַלטע קוואַלן פֿון אונדזער פֿאָלק.
די ענלעכקייט צו דף-יומי וואַרפֿט זיך אין די אויגן, און דאָס איז נישט קיין צופֿאַל: די מדינה ראַנגלט זיך צו געפֿינען איר אייגענעם וועג צווישן די אומות-העולם — אַרײַנטײַטשן די הײַנטיקע באַגריפֿן, פֿאַרענטפֿערן הײַנטיקע קשיות, צופּאַסן, אויסשעפּן פֿון ייִדישקייט דאָס, וואָס מען קען אָפּלערנען וועגן דעם הײַנט, ווי עס האָבן געטאָן די ייִדן אין משך פֿון דורות — צי זיי ווילן עס יאָ צי זיי ווילן נישט.
דאָס לערנען תּנ”ך איז אַ געלעגנהייט פֿאַרן יחיד, פֿאַרן גאַנצן עם-ישׂראל זיך צו פֿרעגן די אייביקע נישט-פֿאַרענטפֿערטע פֿראַגעס: פֿאַרוואָס בין איך דאָ? וואָס איז דער ציל פֿון דעם לעבן? וואָס איז גוט? וואָס איז שלעכט? מעגלעך, עס וועלן קומען מיט דער צײַט גאָר אַנדערע ענטפֿערס ווי די תּורה גיט עס; דאָך, איז דאָס לייענען און אַנטוויקלען אָדער אַנטפּלעקן דאָס אייגענע — אַ געבענטשטע דערשײַנונג.
און אין דעם נאַציאָנאַלן הינזיכט: פּאָליטיש און קולטורעל שטייען די ישׂראלים שטענדיק אונטער אַ דרוק, אַן אַטאַק וועגן דער לעגיטימקייט פֿון זייער פּאָליטישער עקזיסטענץ, זייערע מאָראַלישע ווערטן. זייערע אוראַלטע כּתבֿים וועקן אויף ביז הײַנט ברויזנדיקע קעגן-געפֿילן. זייערע ווערטן, טראַדיציע, פּאָליטישע אַמביציעס ווערן געשטעלט כּסדר אונטער אַ פֿראַגע־צייכן. מעגלעך, אַז די איניציאַטיוו וועט דערמוטיקן אַ טייל פֿון דער אינטעלעקטועלער עליטע צו זוכן אַן אָנשפּאַר אין די כּתבֿים.
נאָך אַלעמען, זענען די ישׂראלים די איינציקע מענטשן אויף דעם ערדקײַלעך, וואָס קענען לייענען די הייליקע ספֿרים אין דעם אָריגינאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.