באַרילאָטשע איז איינע פֿון די שענסטע טוריסטישע צענטערס פֿון אַרגענטינע. די שטאָט געפֿינט זיך אַ 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, און פֿון דער גאַנצער װעלט קומען טוריסטן און באַװוּנדערן די פּרעכטיקע בערג, באַדעקט מיט אוראַלטע װעלדער, טײַכן מיט װעלט־באַרימטע פֿאָרעלן, האָטעלן און רעסטאָראַנען, װאָס װערן אָפּגעשאַצט אין אַלע טוריסטישע װעגװײַזערס, מיט שנייספּאָרט װינטערצײַט און װוּנדערלעכע שפּאַצירן זומערצײַט.
נאָכן קריג האָבן זיך אַ סך נאַציס באַזעצט אין באַרילאָטשע און אַ פּאָר פֿאַרברעכערס זײַנען דאָרט געכאַפּט געװאָרן און פֿאַרמישפּט געװאָרן אין אייראָפּעיִשע טריבונאַלן. אין באַרילאָטשע װוינען אַ פּאָר הונדערט ייִדן, אָרגאַניזירט אין אַ קהילה און עס פֿונקציאָנירט אַ ייִדישער קינדער־גאָרטן און אַ קאָנסערװאַטיװע שול. די לעצטע צענדליקער יאָר, װען ישׂראלדיקע יוגנט פֿאַרענדיקט זייער מיליטער־דינסט און מען פֿאָרט שפּאַצירן איבער דער װעלט איז באַרילאָטשע און די אַרומיקע פּלעצער פֿון דער פּאַטאַגאָניע, דער דרומדיקער טייל פֿון אַמעריקאַנער קאָנטינענט, אַ װיכטיקער פּונקט אין זייער מאַרשרוט.
„על באָלסאָן‟ איז אַ שטאָט פֿון 20,000 אײַנװוינערס, װאָס געפֿינט זיך אַן 80 מײַל פֿון באַרילאָטשע אויף אַ באַרג. די שטאָט איז באַקאַנט איבער איר עקאָלאָגישער און אָרגאַנישער אידעאָלאָגיע. אָבער די לעצטע װאָכן האָט מען אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין קעגן די ישׂראלדיקע טוריסטן. מען האָט באַשולדיקט די ייִדישע יונגע לײַט אין „ישׂראלדיקן מיליטערישן טוריזם‟. מען האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש און מען האָט רעקאָמענדירט די אײַנװוינערס נישט צו באַדינען ישׂראלים. מען האָט אויפֿגעהאָנגען פּלאַקאַטן אין די געשעפֿטן מיט דער לאָזונג „איך שטיץ אַ פֿרײַע פּאַלעסטינע‟, „באָיקאָט אויף דעם ישראלדיקן מיליטערישן טוריזם. גענוג גענאָציד‟. די אַקציע האָט אָרגאַניזירט אַ „סאָלידאַרער רעגיאָנעלער קאָמיטעט פֿאַר פּאַלעסטינע‟. די לאָקאַלע קהילה האָט גלײַך רעאַגירט, די בוענאָס־אײַרעסער „דאַיאַ‟ האָט אינטערװענירט און דער בירגערמײַסטער פֿון „על באָלסאָן‟, די פּראָװינץ און די אַרגענטינער רעגירונג האָבן גלײַך דערקלערט, אַז אַזאַ אויפֿפֿירונג איז קעגן דער קאָנסטיטוציע, מע מוז גלײַך אָפּשטעלן דעם באָיקאָט און געפֿאָדערט, אויב דער „באַליידיקטער‟ װיל, מען זאָל אים גלײַך אויפֿנעמען און אינדעמניזירן פֿאַר די „מאָראַלישע שאָדנס‟. אַלע פּאָליטישע ריכטונגען, צײַטונגען, ראַדיאָ און טעלעװיזיע־קאַנאַלן האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס רעכט פֿון די ישׂראלדיקע טוריסטן און קריטיקירט די אַנטיסעמיטישע אויסברוכן אין אַ שטאָט, װאָס האָט ביז איצט געשמט מיט אַ פּלוראַליסטיש ליבעראַלן, דעמאָקראַטישן צוגאַנג ביז די פּאַלעסטינער קרײַזן פֿון טשילע, װאָס געפֿינט זיך אַ 5 מײַל פֿון דער שטאָט, האָבן זיך אַרײַנגעמישט, און לאָקאַלע אַנטיסעמיטן האָבן זיי געשטיצט.
אויף דער טיר פֿון דעם ביוראָ פֿון דער ציוניסטישער ריכטונג „עבודה‟ װאָס אַמטירט אין בוענאָס־אײַרעס האָבן זיך באַװיזן האַקנקרײַצן. פּאָליציי שאַצט אַז דאָס האָבן אויסגעקריצט שכנים פֿונעם בנין.
דאָס יאָר איז חנוכּה געפֿײַערט געװאָרן מערער װי אַלע מאָל. דער ייִשובֿ האָט ספּעציעל געװאָלט דעמאָנסטרירן אין פּאַרקן פֿון כּמעט אַלע שטעט, װוּ ייִדן װוינען די אָנגעהעריקייט צו ייִדישע טראַדיציעס און די רעאַקציע קעגן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד.
אין די 4 גרעסטע פּאַרקן פֿון דער הויפּטשטאָט האָט מען אָנגעצונדן חנוכּה־ליכט און דורכגעפֿירט ספּעציעל צוגעגרייטע קאָנצערטן און טענץ. דער צענטראַלער אַקט, אָרגאַניזירט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, איז פֿאָרגעקומען אין „פּאַרק פֿון דעם יאָרהונדערט‟. עס איז בײַגעװען דער קולטור־מיניסטער פֿון דער שטאָט און מען איז מכבד געװען פּערזענלעכקייטן פֿון דער שטאָט, װאָס פֿירן דורך די טעטיקייטן פֿון דער אינסטיטוציע. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט אָנגעצונדן דאָס זעקסטע ליכטל און נאָך דעם האָט אַ קלעזמער־אַנסאַמבל געשפּילט ביז שפּעט בײַ נאַכט און דער עולם האָט זיך אַקטיװ באַטייליקט מיט די ייִדישע און ישׂראלדיקע טענץ.
די „כודײַקאַ פֿונדאַציע‟, װאָס האַלט־אויס רעפֿאָרם־טעמפּלען, האָט אָרגאַניזירט אַ צװישן־רעליגיעזע צערעמאָניע אינעם טעמפּל פֿון דער „ייִדישער קאָנגרעגאַציע‟, דער עלטסטער און גרעסטער טעמפּל פֿון דער שטאָט. עס האָבן זיך באַטייליקט דער אַרציבישאָף און הרבֿ בערגמאַן.
די אַרגענטינער פּרעזידענטן קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער האָט צום ערשטן מאָל אין דער אַרגענטינער געשיכטע אָנגעצונדן חנוכּה־ליכטלעך אין פּרעזידענטן הויז. צו דער צערעמאָניע האָט זי פֿאַרבעטן פֿאָרשטייערס פֿון יידישע און ניט יידישע אינסטיטוציעס. די משפּחה פֿונעם קינד, פֿון װעלכער זי איז געװאָרן די קװאַטערין, איז אויך פֿאַרבעטן געװאָרן.
אַן אַלטער װיץ װאָס מען פֿלעגט דערציילן אין בוענאָס־אײַרעס מיט איבער 30 יאָר צוריק איז שטאַרק פּאָפּולער געװאָרן די לעצטע טעג. דער „טשע‟ געװאַראַ פֿרעגט קאַסטראָן װען װעט זיך פֿאַרענדיקן די אַמעריקאַנער בלאָקאַדע אויף קיובאַ. ענטפֿערט דער קאָמאַנדאַנט: „װען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט װעט זײַן אַ נעגער און דער פּויפּסט — אַן אַרגענטינער‟. װײַזט־אויס אַז זײַן נבֿיאות איז מקוים געװאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.