קיין טאָג גייט דורך אָן באַאומרויִקנדיקע נײַעס פֿון רוסלאַנד און אַרום רוסלאַנד. די עקאָנאָמיע ווײַזט דאָרטן אַלץ נײַע סימנים פֿון ערנסטע — ווי אויך זייער ערנסטע — פּראָבלעמען. הגם וולאַדימיר פּוטין האָט אַנומלטן צוגעזאָגט זײַן פֿאָלק, אַז מע דאַרף ניט דאגהנען, ווײַל אַלץ וועט זיך כּלומרשט אויססדרן אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר, טענהן חכמים־מופֿלגים (די וואָס פֿאַרשייען אין עקאָנאָמיע), אַז מע דאַרף יאָ דאגהנהן און זיך צוגרייטן צו אַ סך מער שווערע יאָרן.
בינו־לבינו, וואַקסט די איזאָלאַציע פֿון רוסלאַנד. אַפֿילו די נאָענטסטע פֿרײַנד, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, פֿירן זיך אויף ניט אין גאַנצן אַזוי, ווי מע וואָלט געוואָלט עס זען אין מאָסקווע. ביידע פּרעזידענטן האָבן זיך לעצטנס אַרײַנגעכאַפּט קיין קיִעוו, כּדי ווײַזן אַז זיי זײַנען לחלוטין ניט איינשטימיק מיט פּוטינען. בעת רוסלאַנד שיקט הומאַניטאַרע הילף דירעקט אין די צוויי כּמו־אומאָפּהענגיקע „רעפּובליקן‟ אין מיזרח־אוקראַיִנע, קלײַבט זיך קאַזאַכסטאַן צו טאָן אַנדערש — דווקא דורך קיִעוו. מיט אַנדערע ווערטער, סײַ ווײַסרוסלאַנד, סײַ קאַזאַכסטאַן לאַכן זיך אויס פֿון דער רוסושער פּראָפּאַגאַנדע, וועלכע מאָלט די אוקראַיִנישע רעגירונג ווי אַ פֿאַשיסטישע מאַריאָנעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ס’איז ניט קלאָר, וואָס איז מער ניט צום האַרצן דעם ווײַסרוסישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ און זײַן קאָזאַכישן קאָלעגע נורסולטאַן נאַזאַרבײַעוו — אידעאָלאָגיע צי עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד. דאָס קדחת, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם רוסישן רובל, וואַרפֿט זיך אַריבער צו די שכנים, וועלכע זײַנען ענג פֿאַרבונדן אין דעם עקאָנאָמישן פֿאַראיין, צוליב וועלכן עס האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרקאָכט די גאַנצע מעשׂה מיט אוקראַיִנע. רוסלאַנד האָט געוואָלט זען אוקראַיִנע אין דעם דאָזיקן פֿאַראיין, אָבער די איבערקערעניש אין קיִעוו האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט, וועלכער איז שוין גרייט געווען אונטערצושרײַבן אַזאַ אָפּמאַך.
אַ ממשותדיקן אָפּקלאַנג פֿון די געשעענישן אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע פֿילט מען ניט נאָר בײַ די נאָענטע שכנים. ישׁראל איז צווישן די לענדער, וווּ די עקאָנאָמיע האָט באַקומען אַ שטאַרקן קלאַפּ. ישׂראל האָט דאָך ענגע עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד. אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם האַנדל שפּילט די ישׂראלדיקע לאַנדווירטשאַפֿט, וואָס פֿאַרקויפֿט כּלערליי פּראָדוקטן. ישׁראלדיקע קאַרטאָפֿליעס האָבן געפֿונען אין רוסלאַנד אַ באַזונדערס גוטן מאַרק.
מע דערציילט, אַז קאַרטאָפֿל איז אַ מאָל געווען גאַנץ טײַער אין ארץ־ישׁראל און אַז אויפֿן מאַרק פֿלעגט מען קענען זיך אַרײַנפּאַקן — צו קויפֿן קאַרטאָפֿל איבערגעמישט מיט ביליקע פּאָמעראַנצן. איך בין ניט זיכער, צי דאָס איז טאַקע אַ מעשׂה־שהיה. איצט האָט עס זיכער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רעאַלקייט. ישׁראל עקספּאָרטירט טאַקע קאַרטאָפֿל. און ניט בלויז קאַרטאָפֿל, נאָר אויך אַנדערע מינים גרינס. דער דאָזיקער עקספּאָרט איז אויסגעוואַקסן, ווען רוסלאַנד איז ברוגז געוואָרן אויף די סאַנקציעס און כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט אַרײַנצופֿירן אַכילה פֿון אייראָפּע. אָבער איצט, ווען דער רוסישער רובל איז געוואָרן כּמעט צוויי מאָל ביליקער, טענהן די ישׁראלדיקע פֿאַרמערס, אַז זיי לוינט עס ניט מער צו טאָן, בפֿרט אין דעם פֿריִערדיקן פֿאַרנעם.
נאָך איין פּראָבלעם: ישׁראלדיקע פּענסיע־פֿאָנדן האָבן אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט אין רוסלאַנד. אין דעם הײַנטיקן עקאָנאָמישן קלימאַט מיינט עס האָבן שווערע הזיקות, אין מיליאָנען שקלים. דערצו איז אַ סך מאָגערער געוואָרן די פּענסיע, וועלכע עס קריגן די רוסישע פּענסיאָנערן, וועלכע וווינען אין ישׂראל (און אין אויסלאַנד בכלל). זייער צאָל איז ניט זייער גרויס — פֿון דעם פֿערטל מיליאָן רוסישע פּענסיאָנערן, וואָס וווינען אין אויסלאַנד, געפֿינען זיך אין ישׁראל ווייניקער פֿון 40 טויזנט נפֿשות. און דאָך שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אויך אַ הזיק.
אַ סך — אפֿשר אַריבער 150 מיליאָן דאָלאַרן — וועט פֿאַרלירן די ישׁראלדיקע טוריסטישע אינדוסטריע. אין די לעצטע יאָרן פֿלעגן קיין ישׁראל קומען אַרום 600 טויזנט רוסישע געסט, און 60 פּראָצענט פֿון זיי פֿלעגן זיך פֿאַרהאַלטן אין לאַנד ניט ווייניקער ווי אויף אַ וואָך. אַ דורכשניטלעכער רוסישער טוריסט פֿלעגט איבערלאָזן אין ישׁראל אָנדערטהאַלבן טויזנט דאָלאַר. ס’איז וויכטיק, אַז די רוסן זײַנען ניט אַזוי „שרעקעוודיק‟ ווי מערבֿדיקע טוריסטן, וואָס זייער צאָל פֿלעגט פֿאַלן במשך פֿון די אָנגעשטרענגטע צײַטן.
אָבער איצט איז שולדיק זייער עקאָנאָמישער מצבֿ, ער שטעלט זיי אָפּ פֿון פֿאָרן קיין ישׂראל, און אין אויסלאַנד בכלל. און די וואָס קומען, פּרוּוון אײַנשפּאָרן געלט. קודם־כּל, סטאַרעט מען זיך באַגיין אָן עקסקורסיעס, וואָס נעמט צו פּרנסה בײַ די לײַט, וואָס אַרבעטן אין דער טוריסטישער אינדוסטריע. באַזונדערס שטאַרק — אויף 80־85 פּראָצענט — איז געפֿאַלן די צאָל רוסישע בירגער, וועלכע קומען צו ישׂראלדיקע דאָקטוירים. פֿריִער איז ישׁראל געווען אַ פּאָפּולער אָרט פֿאַר פֿאַרמעגלעכע רוסן, וואָס האָבן פּראָבלעמען מיטן געזונט.
דאָס רוסישע קחדת האָט זיך צוגעטשעפּעט, לויט אַלע סימנים נאָך, אויף לאַנג. וועט ישׁראל מוזן זיך געבן אַן עצה, וואָס צו טאָן. ענלעכע רעטענישן פּרוּווט מען לייזן אין אַ סך אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.