ערשט געלייענט קאָבי ווײַצנערס אַרטיקעלע אין פֿאָרווערטס, וווּ ער דערציילט פֿון די פּוילישע גליקן און אין צווישן בעט ער אַ דערקלערונג וועגן דער פֿראַזע, „אַ פּוילישע דריפּקע‟.
איז קודם און צום אַלעם ערשטן קען איך קאָבין, אַ וווילער און סימפּאַטישער חבֿרהמאַן, אַמאָל אפֿילו געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟ און זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיעס. די לעצטע יאָרן וווינט ער אין פּוילן. אָבער נישט אין דעם גייט עס.
פּוילישע ייִדן, דער עיקר — די שארית־הפּליטה ייִדן, צעזייט און צעשפּרייט, געדענקען גאַנץ גוט דעם ברוך־הבא, וואָס זיי האָבן באַקומען נאָכן אומקערן זיך פֿון געטאָס און לאַגערן, בונקערס מיט דער סאָוועטישער שרעק פֿאַרן מאָרגן. מיר געדענקען גוט דעם קעלצער פּאָגראָם. די שרעק אומצוקערן זיך אין אייגענעם שטעטל האָט געשמעקט מיט גרויס סכּנה. די פּוילישע באַנדיטן, אַמאָליקע שכנים, פֿלעגן אָנפֿאַלן אויף די צוריקגעקומענע ייִדן און ממיתן. האָבן די געראַטעוועטע ייִדן געכאַפּט וואָס עס איז זיי פֿאַרבליבן פֿונעם לעבן און געמאַכט אַ ויברח ווו די וועלט האָט אַן עק.
די צרה מיט אונדז ייִדן איז וואָס מיר אַסימילירן זיך, נעמען איבער די קולטור פֿונעם פֿאָלק מיט וועלכן מיר הויזן. די בעסטע באַווײַזן זײַנען די דײַטשע ייִדן, די יעקעס. זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין סאַמעראָדנע דײַטשן און ס’האָט זיי געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס ווען ס’איז געקומען צו דער ייִדישער אויסראָטונג.
ווען די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פּליטים האָבן זיך גענומען באַזעצן אין „וואַשינגטאָן הײַטס‟, מאַנהעטן, האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אין די יעקעס, זיי האָבן זיי גערופֿן „דער פֿערטער רײַך‟ ייִדן. דאַקעגן, די ייִדן וואָס האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿונעם בינטל פּוילישער אינטעליגענץ האָבן זיך אָפּגעזונדערט פֿון דער ייִדישער גאַס און זיך פֿאַרוואַנדלט אין „גאָלדענע פּאַוועס‟, וואָס קענען בשום־אופֿן נישט אויפֿהערן צו באַוווּנדערן די שאָנקייט פֿון זייערע קאָלירפֿולע עקן.
דער באַרימטער פּויליש־ייִדישער דיכטער יוליאַן טובים שרײַבט אין זײַן פֿאַרצײַטיק אַרטיקעלע „מיר, די פּוילישע ייִדן‟ בזה הלשון:
איך בין אַ פּאָליאַק ווײַל איך וויל אַזוי. איך צעטייל די פּאָליאַקן פּונקט ווי איך צעטייל ייִדן אָדער אַנדערע פֿעלקער, צווישן זיי — אינטעליגענטע און נאַראָנים, ערלעכע און שווינדלער, גאונים און שוטים, די וואָס עקספּלואַטירן און די וועלכע מען נוצט אויס, דזשענטל־לײַט און גראָביאַנען…
איך צעטייל אויך די פּאָליאַקן אין פֿאַשיסטן און אַנטי־פֿאַשיסטן, איך צעטייל זיי אויך אין אַנטיסעמיטן און די וואָס זײַנען נישט קיין אַנטיסעמיטן. מײַן נאַציאָנאַליטעט איז — איך בין אַ פּאָליאַק. צו זײַן אַ פּאָליאַק איז נישט צוליב כּבודס וועגן, נישט צוליב באַרימטהײַטס־וועגן און נישט צוליב פּריוויליגיע. נישט צוליב פֿאָראורטייל, און איך קען עס נישט פֿאַרענטפֿערן מיט לאָגיק אָדער סיבה, (דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן — מ.ה.), נאָר נאָך מײַן טויט וויל איך מען זאָל מיך באַגראָבן אויף פּוילישער ערד.
און ער גייט אָן מיטן זעלבן פּזמון, וואָס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, עפּעס פּײַניקט אים, ער חנפֿעט זיך צו צו זײַן שטאַם ווי אַ שטיף־ברודער:
מיר, פּוילישע ייִדן, די וואָס זײַנען אומגעקומען אין די געטאָס און לאַגערן, מיר וואָס זײַנען דערשטיקט געוואָרן אין די גאַז־קאַמערן, מיר וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זייף, מיר וועמעס קעפּ זײַנען צעשמעטערט געוואָרן אויף ווענט בײַ די ברעגעס פֿון וויסטולאַ, בלויז צוליב דעם וואָס מיר זײַנען ייִדן…
גיי פֿאַרשטיי אַזאַ אוהבֿ־פּוילן, סײַדן ער האָט אָנגעוווירן דעם שׂכל־הישר, אַראָפּ פֿון זינען אָדער חתונה געהאַט מיט אַ פּאָליאַטשקע און אָנגעפּליאָדעט אַ חבֿרה פּוילישע אינטעליגענטן…
דאָס אייגענע האָט פּאַסירט מיטן גנעדיקן פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק, יאָרן לאַנג דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט. אויף דער עלטער האָט ער זיך פֿאַרליאַפּעט אין איינער פֿון זײַנע פּוילישע סטודענטקעס אין איגליאַנער אוניווערסיטעט, גענומען כאָווען זײַנס אַ בלאָנד ייִנגעלע מיט בלויע אייגעלעך וואָס רעדט פּויליש, בעת זײַנע טעכטער און אייניקלעך אין ישׂראל רעדן עבֿרית. נעמט ער און לאָזט איבער אַ צוואה אַז ער וויל דווקא מען זאָל אים באַגראָבן אויף פּוילישער ערד. מסתּמא געווען אַן אָנהענגער פֿון יוליאַן טובים…
אַזוי ווי מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל אַ קײַמא־לן פֿון צען יאָר, פֿלעג איך לייענען מרדכי צאַנינס „לעצטע נײַעס‟. דאָרט איז אַלעמאָל געווען אַ רובריק וואָס האָט געהייסן:
„אכטונג פּוילישע אינטעליגענץ!” אין דער אמתן איז עס געווען אַ שידוכים־ווינקל. דער טעגלעכער אַנאָנס האָט זיך געלייענט אויף אַזא אופֿן:
„אַ שיינע און זגראַבנע פֿרוי אין די פֿופֿציקער, פֿאַרמאָגט אַן אייגענע דירה אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט ליב אָפּערע, קאָנצערטן און באַלעט, זוכט אַ פּוילישן אינטעליגענט, קען זײַן אין די זיבעציקער, וואָס רעדט עקסקלוסיוו פּויליש, האָט ליב שאָפּענס מוזיק און הינטלעך, איז באַקאַנט מיט שיענקעוויטשן, ׳פּראָשע פּאַניע׳ קלינגט אויף דעם און דעם נומער טעלעפֿאָן.‟
איך געדענק אפֿילו, ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין אַמעריקע און איך בין שוין דאָ אויסגעוואַקסן און ליב געהאַט צו לאַכן און צו טאַנצן, פֿלעגן מיר די בחורים זאָגן: „עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער קלוב פֿאַר יוגנט, אָבער מען מוז רעדן פּויליש און זײַן אַ פּוילישער אינטעליגענט.‟
און איצט קום איך צו דער „פּוילישער דריפּקע‟. מײַן מאַמע פֿלעגט רופֿן יעדער פֿרוי וואָס רעדט „פּאָפּאָליאַשו‟ — איינע וואָס האַלט פֿון זיך אַ וועלט, קוקט אַראָפּ אויף יענע וואָס רעדן מאַמע־לשון, האַלטן אַז ייִדן וואָס רעדן ייִדיש זײַנען אַ פּראָסט פֿאָלק, פֿלעגן די ייִדיש־רעדער אָפּלאַכן פֿון די פּוילישע דריפּקעס.
דער עיקר דאַרפֿט איר וויסן זײַן, אַז יעדע פּוילישע שטאָט, שטעטל, דערפֿל און ייִשובֿ האָט אַמאָל באַצייכנט די קליין־שטעטלדיקע ייִדן מיט צונעמענישן: די אײַנוווינער אין לינסק האָט מען גערופֿן לינסקער נאַראָנים. וועגן כעלעם איז שוין אָפּגערעדט.
די לעמבערגער ייִדן האָט מען גערופֿן לעמבערגער פּופּיקעס ווײַל זיי זײַנען געווען גרויסע פֿרעסער, אַז אפֿילו ווען זיי פֿלעגן גיין פֿרײַטיק אין דער מקווה, האָבן זיי מורא געהאַט, אַז זיי וועלן פֿאַרהונגערט ווערן, פֿלעגן זיי מיט זיך מיטנעמען געבראָטענע פּופּיקלעך.
די קראָקעווער האָט מען גערופֿן קראָקעווער נאַשערס, כאָטש מ’האָט גערופֿן די וואַרשעווער אויך נאַשערס, צוליב דעם לעבנסשטייגער אין די גרעסערע שטעט. דער סטאַנדאַרט איז געווען אַ העכערער, האָט מען די גרויס־שטאָטישע גערופֿן נאַשערס, פֿרעסערס, פּופּיקעס און קיעלבאַסע.
די בריגלער ייִדן האָט מען אַ נאָמען געגעבן די בריגלער מתים. בריגל איז געווען אַ שטאָט אין דרום־מזרח פֿון קראָקע, אויף פּויליש (Brzesko). דאָס איז געווען אַ שטאָט מיט אַ גרויסן ייִדישן בית־עולם.
די אײַנוווינער פֿון שטעטעלע ליאַבאָווע, אין שכנות פֿון סאַנץ, האָט מען גערופֿן ליאַבאָווער קרעפּ, ווײַל אין סאַנץ איז געווען פֿאַרשפּרייט די קרענק פֿון קראָפּ, פּונקט ווי אין אַ סך אַנדערע געגנטן אין די בערג. (איך בין נישט באַקאַנט מיט דער דאָזיקער קרענק.)
די סיסלעוויצער ייִדן האָבן געהייסן סיסלעוויצער קרופּניק, ווײַל זיי האָבן דערציילט אַז זייער קרופּניק איז געווען אַן אויסנאַם פֿון אַ קרופּניק. ס’איז באַשטאַנען פֿון הובערנע גריץ (האָבערגריץ), געקאָכט מיט אַ בולווע (בולבע, קאַרטאָפֿל), מיט אַ שטיקל פֿלייש, אָדער אַ ביין, האָט עס פֿאַרמאָגט אַ טויזנט טעם.
לעבן סיסלעוויץ איז געווען אַ שטעטעלע גרויס ווי אַ גענעץ — איזבאָדנע. מע האָט זיי גערופֿן איזבאָדנע טייגעכץ ווײַל פֿרײַטיק האָט דאָס גאַנצע שטעטל געשמעקט מיט געבאַקענע חלות, וואָס זיי האָבן געשטעלט אין שטאָטישן אויוון.
אין שטעטעלע יאַלאָווקע האָט מען זיי גערופֿן יאַלאָווקע ציגן ווײַל די ציגן פֿלעגן דאָרט אויפֿעסן די שטרויענע דעכער פֿון די נידעריקע הײַזלעך. די ייִדן פֿון וואָלפּע האָבן געהייסן וואָלפּער מאָרדעס, ווײַל זיי האָבן געטראָגן בערד, האָט מען די מאָרדעס נישט אָנגעזען.
אָבער די פּוילישע דריפּקעס איז אַ חוזק און אַ פֿאַרורטייל קעגן די פּויליש־רעדנדיקע ייִדן וואָס שפּילן די ראָלע פֿון גרויסער „שמינטעליגענץ‟.
נישטאָ מער די ייִדישע שטעטעלעך פֿון אַמאָל אין פוילן, ליטע, אוקראַיִנע, רוסלאַנד, רומעניע, די קאַרפּאַטן, אַלץ אַוועק מיטן רויך. און איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די ייִדישע פּליטים האָבן זייער גאַנצע ריגזה, זייער גאַנצן האַס און קריוודע אויסגעלאָזט נישט אַזוי צו די דײַטשן ווי צו די פּאָליאַקן, נאָך אַלעמען דרײַ און אַ האַלב מיליאָן ייִדן האָבן אַמאָל באַוווינט פּוילן, די פּוילישע שכנים פֿלעגן זיך אפֿילו „דוצן‟, אַ סך פֿון די זעלבע שכנים האָבן אָנטייל גענומען אין אונדזער אומגליק. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז היטלער האָט אויפֿגעשטעלט זײַנע גאַז־קאַמערן און פֿאַרניכטונגס־פֿאַבריקן דווקא אין פּוילן.
שווער צו לאַכן הײַנט פֿון אַזאַ צונאָמען ווי פּוילישע דריפּקע, ווײַל זי עקזיסטירט נישט מער. שווער שלום צו מאַכן מיטן פּוילישן פּוילן וואָס עקזיסטירט יאָ, וועגן צוריקגעבן אונדזער פֿאַרמעג, אונדזערע פֿאַרדינסטן, קולטורעלע, גײַסטיקע, מאָראַלישע, צוזאַמען מיטן פֿאַרלוירענעם אײגנטום. זיי גייט אין לעבן אַרײַנצולאָווען ייִדן קיין פּוילן, נישט חלילה ווי אײַנוווינער, נאָר ייִדן מיט אַ גראָבן בײַטל אויפֿצוהאַלטן אַ ייִדישן מוזיי, פֿעסטיוואַלן מיט פּוילישע קלעזמער, ייִדיש טעאַטער מיט פּוילישע אַקטיאָרן און צושויער פּאָליאַקן וואָס קומען לאַכן. און איך וועל ווידעראַמאָל איבערחזרן אַז עס זײַנען נישט נאָר אומגעקומען זעקס מיליאָן, נאַר זייערע דור דורות, דאָס איז אַ קײַמא־לן פֿון הונדערט מיליאָן וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן מיט דער הילף פֿון די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, רומענער, אונגאַרער צווישן אַנדערע. מיר האָבן פֿאַרלוירן די טרעגער פֿון אונדזער רײַכער קולטור, שפּראַך, טראַדיציעס, מנהגים און אַ המשך פֿון אַ גאַנצער ייִדישער ציוויליזאַציע. מען האָט אונדז פֿאַראָרעמט און פֿאַראומגליקט אויף אייביק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.