אַ ריזיקער ספּעקטאַקל בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ (15 וועסט 16סטע גאַס) ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ און דער „אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟, כּדי צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דער אַקטריסע מינאַ בערן אויף איר פֿינפֿטן יאָרצײַט. די פֿײַערלעכע פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן אַקטיאָר שיין בייקער, דער זינגערין עלינאָר ריסאַ און דער פֿאָטאָגראַפֿין דזשאָן ראָט, וועט אַרויסהייבן די סקיצן, לידער און סצענעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט בערנס קאַריערע.
צווישן די, וואָס וועלן אויפֿטרעטן בעתן קאָנצערט, זענען דער טרומפּייט־שפּילער פֿראַנק לאָנדאָן, די אַקטריסעס לאָורי ווילנער און דזשאָען באָרץ, די אַקטיאָרן אַלען ריקמאַן און באָב אַבעלסאָן, דער פּיאַנע־שפּילער סטיוו סטערנער, ווי אויך דוד ראָזענבערג, יעלענאַ שמואלסאָן, רחל באָטשאַן, הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, חזנטע שירה פֿלאַם, סענדי לעוויט און חיים וואָלף.
דער ספּעקטאַקל וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 11טן יאַנואַר, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע מוז זיך רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 212-868-4444.
יעדן חודש בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ וועט מען האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש וועגן די יאָרן 1914—1918 אין דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע. זונטיק, דעם 11טן יאַנואַר וועט יצחק ניבאָרסקי רעדן וועגן דעם אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אין די ווערק פֿון שלום־עליכם. אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע וועט אַרומרעדן די מלחמה־זכרונות פֿונעם שרײַבער אַבֿרהם זאַק, און נאַטאַליע קריניצקאַ וועט רעפֿערירן וועגן דעם ראָמאַן „שמוגלערס‟ פֿון עוזר וואַרשאַווסי. די רעפֿעראַטן הייבן זיך אָן 9:30 אין דער פֿרי.
די „פֿאָלקסבינע‟ וועט פֿאָרשטעלן אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון ה. לייוויקס פּיעסע „די חתונה אין פֿערנוואַלד‟. פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג וועט ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון דער פּיעסע און ווי אַזוי לייוויקס רײַזע קיין אייראָפּע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט משפּיע געווען אויפֿן שפּיל.
די פֿאָרלייענונג וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 12טן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „איינגלמאַן־זאַל‟ אין „ברוך־קאָלעדזש‟ (55 לעקסינגטאָן עוועניו). דער אײַנטריט איז בחינם און די פּראָגראַם ווערט אונטערגעשטיצט דורכן „ניו־יאָריקער שטאָטישן אוניווערסיטעט‟.
לכּבֿוד איר נײַעם אַלבאָם „טויזנט טעמען‟ וועט מרים־חיה סיגל געבן אַ קאָנצערט אין דער „עלדרידזש־סטריט שיל‟ (12 עלדרידזש גאַס, מאַנהעטן). דער אַלבאָם באַשטייט פֿון סײַ אָריגינעלע, סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, געזונגען אויף אַ מאָדערנעם שטייגער. אויף דער קאָנצערט וועלן זיך באַטייליקן דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, די פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל און דער באַס־שפּילער רעמי יולזאַרי. דער ספּעקטאַקל ווערט פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִוואָ‟, „יוגנטרוף‟, „דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟, „דער שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ און „דער מוזיי בײַ דער עלדרידזש־סטריט שול‟.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 28סטן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט. בילעטן קען מען באַשטעלן פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 212-219-0302 אָדער דורכן וועבזײַטל פֿון דער שיל //www.eldridgestreet.org/events/.
אין פֿעברואַר וועט דער „אַרבעטער־רינג‟ לאַנצירן אַ ריי קלאַסן אויף ייִדיש, וואָס טרעפֿן זיך דורך דער אינטערנעץ.
פֿאַר די וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש וועלן פּערל טייטלבאַום און שבֿע צוקער לערנען ייִדיש פֿאַר אָנהייבערס אויף צוויי ניוואָען. די קלאַסן פֿאַר פֿרישע אָנהייבערס וועלן פֿאָרקומען יעדן דינסטיק, דרײַ אַזייגער נאָכמיטאָג, פֿונעם 3טן מאַרץ ביזן 12טן מײַ (מיט פּערל טייטלבוים) און 7 אַזייגער אין אָוונט יעדן דאָנערשטיק פֿונעם 12טן מאַרץ ביזן 21סטן מײַ (מיט שבֿע צוקער). די קלאַסן פֿאַר אַוואַנסירטע אָנהייבערס וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג פֿונעם 11טן מאַרץ ביזן 20סטן מײַ (מיט שבֿע צוקער).
פֿאַר די, וואָס קענען שוין לייענען און רעדן ייִדיש, וועט קאָליאַ באָראָדולין אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר „אין דער וועלט פֿון ייִדיש אַמאָל און הײַנט‟, וואָס וועט באַקענען דעם סטודענט מיט וויכטיקע פֿיגורן פֿון דער ייִדישער קולטור דורך טעקסטן און מולטימעדיע־פּרעזענטאַציעס. אין יעדן קלאַס וועט מען שמועסן מיט אַ הײַנצײַטיקן ייִדישיסט. דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 6:30 אין אָוונט, פֿונעם 11טן מאַרץ ביזן 20סטן מײַ.
פֿאַר מער אַוואַנסירטע ייִדיש־קענער וועט דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟ אַבֿרהם ליכטענבוים לערנען צוויי קורסן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם ערשטן קורס, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מאָנטיק, 6:30 אין אָוונט, פֿונעם 2טן מאַרץ ביזן 11טן מײַ, וועט מען לערנען וועגן ישׂראל און ציוניזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם צווייטן קורס, וואָס וועט פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט מען אַרומרעדן די פֿרוי אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
פֿאַר די, וואָס ווילן זיך לערנען וועגן עסן, וועט איוו יאָכנאָוויץ לערנען אַ קורס „ייִדיש עסן און ייִדיש פֿאָלקשאַפֿט‟. דער קלאַס וועט זיך צונויפֿקומען יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, פֿונעם 23סטן פֿעברואַר ביזן 4טן מײַ.
אין פּאַריז וועט פֿאָרקומען אַן אינטענסיווע זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי. אויף דער זומער־פּראָגראַם וועט מען לערנען ייִדיש אויף פֿיר ניוואָען. די שפּראַך־לערערס זענען: חיהלע ביר („יוניווערסיטי קאָלעדזש‟), יצחק ניבאָרסקי (אינסטיטוט פֿאַר מיזרחדיקע שפּראַכן, פּאַריז), שרון בר־כּוכבֿא (העכערע נאָרמאַלשול), רובי מאָנעט (פּאַריזער ייִדיש־צענטער), סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ (מאַרטין בובער־אינסטיטוט, בריסל), אַניק פּרים־מאַרגוליס (פּאַריזער ייִדיש־צענטער) און נאַטאַליאַ קריניצקאַ (אוניווערסיטעט פּאַריז 4).
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן יולי ביזן 7טן אויגוסט. דער שׁכר־לימוד איז 680 אייראָס (480 פֿאַר סטודענטן). די וואָס קומען סײַ אויף דער פּאַריזער זומער־פּראָגראַם, סײַ אויפֿן וואַרשעווער זומער־קורס (פֿונעם 29סטן יוני ביזן 17טן יולי) וועלן באַקומען אַ חנחה פֿון 15%.
לעצטנס האָט מען אַרויסגעגעבן אַ נײַע זאַמלונג לידער, וואָס דער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט ישׂראל שטערן האָט געשריבן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. „ישׁראל שטערן: געזאַמלטע לידער, וואַרשע 1919—1939‟ איז אַ צוזאַמענאַרבעט פֿון דער מעלבורנער קולטור־צענטער און ביבליאָטעק „קדימה‟ און דער פּאַריזער „מעדעם־ביבליאָטעק‟. דאָס בוך באַשטייט פֿון 71 לידער אויף ייִדיש, מיט דער ענגלישער איבערזעצונג און אַן אָריגינעלע הקדמה פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרקסי.
כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך באַזוכט //yiddish.forward.com/store/ (אין אַמעריקע) אָדער שרײַבט bikher@yiddishweb.com (אין אייראָפּע און מדינת־ישׁראל) אָדער kadimaoffice@iprimus.com.au (אין קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע).
אין פֿראַנקרײַך איז לעצטנס אַרויס דער באַקאַנטער ראָמאַן פֿון אסתּר קרייטמאַן „בריליאַנטן‟ אין אַ נײַער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג פֿון זשיל ראָזיע. דער ראָמאַן ווערט אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג „קלמן־לוי‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //calmann-levy.fr/livres/le-diamantaire/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.