פֿון װאַנען זײַנען די ייִדן געקומען קײן מיזרח־אײראָפּע? װען איז דאָס געשען, אױף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך האָבן זײ גערעדט?
די דאָזיקע פֿראַגעס בלײַבן ניט דערקלערט עד־היום צוליב דעם דוחק אין פֿאַרלאָזלעכע מקורים. אָבער דאָס רובֿ היסטאָריקער זײַנען אײַנשטימיק, אַז ייִדן האָבן זיך באַזעצט אױף די ברײטע שטחים פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, ליטע, װײַסרוסלאַנד, פּױלן און טשעכיע שױן אין מיטלאַלטער, און גערעדט האָבן זײ סלאַװישע שפּראַכן. די ייִדישע מקורים פֿון יענער צײַט רופֿן דאָס דאָזיקע לאַנד „כּנען‟, הגם דאָס שײַכות מיטן תּנ״כישן נאָמען איז ניט אין גאַנצן קלאָר.
דאָס רוסיש־ענגלישע זאַמלבאַנד „די כּנענים: ייִדן אין דער סלאַװישער װעלט פֿון מיטל־עלטער‟, װאָס איז אַרױס אין ירושלים אין דער סעריע „ייִדן און סלאַװן‟, איז אַ װאָגיקער בײַטראָג אינעם פֿעלד פֿון כּנענישע שטודיעס. דאָס דאָזיקע געביט בלײַבט ניט ברײט באַקאַנט אַפֿילו אין ייִדישע לימודים, און דער איצטיקער באַנד איז דאָס ערשטע בוך, װאָס איז אין גאַנצן געװידמעט דער דאָזיקער טעמע. די מחברים זײַנען היסטאָריקער, לינגװיסטן, אַנטראָפּאָלאָגן, פֿאָרשער פֿון דער אַלט־סלאַװישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿון ישׂראל, רוסלאַנד, טשעכיע, פֿראַנקרײַך, ליטע.
צװישן די טעמעס, װאָס זײ באַהאַנדלען, זײַנען געאָגראַפֿיע פֿונעם סלאַװישן כּנען, ייִדישע נעמען פֿונעם דאָזיקן געגנט, ליטעראַרישע און שפּראַכלעכע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און זײערע סלאַװישע שכנים, װי אױך סלאַװישע קאָמפּאָנענטן פֿון ייִדיש, װאָס שטאַמען פֿונעם אַלטן לשון כּנען. װי אַ בײַלאַגע באַקומט דער לײענער אַן אַנטאָלאָגיע פֿון די װיכטיקסטע פֿאָרשונגען, װאָס באַרירן דעם ענין פֿונעם אַלט־סלאַװישן כּנען.
אױפֿן שװעל פֿונעם צװײטן יאָרטױזנט האָבן ייִדישע קהילות עקזיסטירט אין אַזעלכע שטעט װי פּראָג, קיִעװ, טשערניגאָװ. זײ האָבן אונטערגעהאַלטן באַציִונגען מיט אַנדערע ייִדישע צענטערס אין מערבֿ־אײראָפּע און אין מיטל־מיזרח. אײנער, ר׳ איצע פֿון טשערניגאָװ, האָט אַרױסגעװאַנדערט אַזױ װײַט װי קעמברידזש אין ענגלאַנד. די ייִדישע װעלט פֿון יענער תּקופֿה איז באַשטאַנען פֿון פֿאַרשידענע עדות מיט אַן אײגענער שפּראַך, קולטור, מנהגים און לעבנסשטײגערס. דער נאָמען „כּנען‟ פֿאַר דער מיזרח־אײראָפּעיִשער עדה װערט דערמאָנט אין העברעיִשע מקורים אַרום דעם צענטן יאָרהונדערט. אַרום יענער צײַט װערן אױסגעפֿורעמט אױך אַנדערע אײראָפּעיִשע ייִדישע עדות, אַזעלכע װי אשכּנז (דײַטשלאַנד), צרפֿת (פֿראַנקרײַך), ספֿרד (שפּאַניע), שרײַבט פּראָפֿעסאָר מיכאל טשלענאָװ אין זײַן אַרײַנפֿיר צו דעם באַנד. דאָס איז געװען די צײַט, װען עס זײַנען געגרינדעט געװאָרן די ערשטע שטעט אין מיזרח־אײראָפּע, װוּ ייִדן זײַנען געװען צװישן די ערשטע תּושבֿים װי, למשל, פּראָג און קיִעװ.
אין מערבֿ־כּנען, װאָס געפֿינט זיך אין די טשעכישע לענדער, האָבן ייִדן גערעדט די אַלט־טשעכישע שפּראַך. װעגן דעם זאָגט עדות דער ספֿר „אור זרוע‟, װוּ דער מחבר, הרבֿ יצחק בן משה פֿון װין (1180–1250), טײַטשט אײניקע לשון־קודשדיקע װערטער אױף דעם דאָזיקן לשון, פּונקט אַזױ װי רש״י האָט זײ געטײַטשט אױף אַלט־פֿראַנצױזיש. װי עס באַװײַזט אלכּסנדר בײדער אין זײַן אַרטיקל װעגן ייִדישע נעמען, איז די השפּעה פֿון דער דאָזיקער שפּראַך געװען פֿאַרשפּרײט צװישן ייִדן אױף די ברײטע שטחים פֿון בעמען, עסטרײַך, שלעזיע און דרום־פּױלן.
אײניקע ייִדישע שפּראַך־היסטאָריקער, װי, למשל, מאַקס װײַנרײַך, טענהן, אַז ייִדן האָבן געהאַט זײער אײגענעם דיאַלעקט, אָבער די פֿאַראַנענע מקורים זײַנען צו קאַרג, כּדי אונטערצושטיצן די דאָזיקע סבֿרה. די ידיעות װעגן דער שפּראַך פֿון מיזרח־כּנען, דאָס הײסט אוקראַיִנע און ליטע, זײַנען נאָך קאַרגער און שטאַמען פֿון אַ שפּעטערער תּקופֿה, װען ייִדן אין יענע מקומות האָבן שױן גערעדט ייִדיש.
ייִדיש איז מיטגעבראַכט געװאָרן קײן מיזרח־אײראָפּע פֿון אַשכּנזים, װאָס האָבן בהדרגה אַסימילירט די כּנענישע ייִדן. פֿון דער כּנענישער שפּראַך האָט ייִדיש געירשנט אַ סך סלאַװישע װערטער און נעמען. סלאַװישע פּערזענלעכע נעמען פֿונעם טשעכישן אָפּשטאַם, אַזעלכע װי קאַטשקאַ, ליודמילאַ, סלאַװאַ, בענעש, דראַגאַנאַ און אַ סך אַנדערע, זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן ייִדן אין מיזרח־ און מיטל־אײראָפּע אינעם פֿערצנטן־פֿופֿצנטן יאָרהונדערט. עס איז מערקװירדיק, מערקט אָפּ אלכּסנדר בײדער אין זײַן פּרטימדיקער פֿאָרשונג פֿון ייִדישע נעמען, אַז אײניקע סלאַװישע נעמען זײַנען באַנוצט געװאָרן בלױז דורך ייִדן און זײַנען ניט באַקאַנט צװישן קריסטן. אױפֿן סמך פֿון זײַנע חקירות באַשליסט בײדער, אַז אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן אַרױסגעװאַנדערט פֿון די טשעכישע לענדער קײן ליטע, אוקראַיִנע און פּױלן.
אין קיִעװ האָבן ייִדן געלעבט שױן זינט דעם צענטן יאָרהונדערט, און זײערע קולטורעלע קאָנטאַקטן מיט דער אָרטיקער סלאַװישער באַפֿעלקערונג זײַנען געװען אַקטיװ. עס זענען פֿאַראַן איבערזעצונגען פֿון מגילת־אסתּר און פֿראַגמעטן פֿון אַנדערע טײלן פֿונעם תּנ״ך דירעקט פֿון לשון־קודש אױף אַלט־סלאַװיש. פּראָפֿעסאָר אַלעקסעעװ האַלט דאָס פֿאַר אַ באַװײַז, אַז די קולטורעלע אַטמאָספֿער אין קיִעװ איז דעמלט געװען אָפֿן און טאָלעראַנט. פֿון אַ שפּעטערער צײַט, אַרום דעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט, שטאַמען אַלט־רוסישע איבערזעצונגען פֿון אײניקע ייִדישע תּפֿילות.
די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַװײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע און קולטור אין דער אַלטער סלאַװישער װעלט איז ניט אױסגעגאַנגען. איצט פֿאַרמאָגט מען אַ גאַנצן יסוד פֿאַר װײַטערדיקע פֿאָרשונגען, װאָס װעלן העלפֿן אױספֿילן די פֿילצאָליקע בלױזן אין דער געשיכטע פֿונעם סלאַװיש־ייִדישן כּנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.