אין יאַנואַר וועט זיך אין טאָקיאָ עפֿענען דער איינציקער כּשרער עפֿנטלעכער רעסטאָראַן מיטן אַן אָפֿיציעלן הכשר אין יאַפּאַן.
הרבֿ מענדל סודאַקעוויטש, אַ שליח פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, האָט דעם 26סטן דעצעמבער דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז די נײַע אונטערנעמונג, וואָס הייסט „חנהס אָרט‟, אַרבעט שוין עטלעכע חדשים. דערווײַל מוז מען אָבער אָפּשמועסן פֿון פֿריִער, כּדי צו באַשטעלן דאָרטן אַ סעודה.
סודאַקעוויטש, וועלכער וווינט אין יאַפּאַן זינט 2000, האָט געזאָגט, אַז צוערשט וועט דער קליינער רעסטאָראַן־זאַל קאָנען אַרײַננעמען 14 מענטשן. אינעם בנין געפֿינט זיך אָבער אויך אַן אַנדער זאַל מיט 48 ערטער, וווּהין מע קאָן אַרײַנברענגען גרעסערע גרופּעס מענטשן. אויב „חנהס אָרט‟ וועט צוציִען מער קליענטן, וועט מע עס קאָנען פֿאַרברייטערן.
אין יאַפּאַן וווינען עטלעכע הונדערט ייִדן פֿון צפֿון־אַמעריקע, יאַפּאַן, פֿראַנקרײַך און אַנדערע לענדער. אַ מערקווירדיקע צאָל אָרטיקע ייִדן זענען אויך יאַפּאַנישע גרים. דער נײַער רעסטאָראַן בײַם בית־חב״ד, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן קוואַרטאַל טאַקאַנאַוואַ, וועט אויך באַדינען די אָרטיקע נישט־ייִדן און די וואַקסנדיקע צאָל ישׂראלדיקע טוריסטן; דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זייער צאָל באַטראָפֿן 13,000 נפֿשות.
דער רבֿ האָט דערציילט, אַז אין די לעצטע יאָרן איז די ייִדישע קהילה אין יאַפּאַן געוואָרן קלענער, בפֿרט נאָכן שרעקלעכן ערד־ציטערניש אינעם יאָר 2011. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיך אָבער אין טאָקיאָ באַוויזן מער ישׂראלים. די יאַפּאַנישע און ישׂראלדיקע רעגירונג שטרעבן איצט צו פֿאַרברייטערן די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער, און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אויפֿן שטײַגנדיקן טוריזם. אַחוץ עטלעכע אָפּמאַכן אין דער ספֿערע פֿון זיכערהייט און האַנדל, וואָס ישׂראל און יאַפּאַן האָבן געשלאָסן הײַיאָר, האָבן ביידע מלוכות אָנגענומען אין אָקטאָבער נײַע וויזע־כּללים, לויט וועלכע די יאַפּאַנישע טוריסטן אין ישׂראל אָדער די ישׂראלדיקע טוריסטן אין יאַפּאַן וועלן מעגן אַרבעטן לעגאַל במשך פֿון איין יאָר.
סודאַקעוויטש האָט דערציילט, אַז צוליב דעם דאָזיקן נײַעם אָפּמאַך קאָנען, אין פּרינציפּ, אָנקומען אַ סך מער ייִדן קיין יאַפּאַן. אויף וויפֿל ער ווייסט, וועט „חנהס אָרט‟ ווערן דער איינציקער כּשרער רעסטאָראַן אינעם לאַנד, הגם אַן אַנדער ליובאַוויטשער רבֿ, בנימין עדערי, האַלט שוין אין טאָקיאָ אַ קיאָסק, וווּ מע קאָן קויפֿן כּשרע מאכלים מיט פֿאַלאַפֿעל. אין דער יאַפּאַנישער הויפּטשטאָט זענען פֿאַראַן עטלעכע ישׂראלדיקע רעסטאָראַנען און שפּײַז־קראָמען, אַרײַנגערעכנט איין כומוס־באַר. קיין אָפֿיציעלן הכשר האָבן זיי אָבער נישט. סודאַקעוויטש האָט צוגעגעבן, אַז זײַן נײַע אונטערנעמונג וועט זײַן באַצירט מיט אַ טראַדיציאָנעלן יאַפּאַנישן גאָרטן און וועט סערווירן אַזעלכע באַקאַנטע מיטל־מיזרחדיקע פּראָדוקטן, ווי כומוס, שאַקשוקע און באַבאַגאַנוש, וואָס זענען פּאָפּולער אין ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.