ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 29, 2014, issue of January 23, 2015.

ערשטער זמן פֿון ייִדישער מלוכישער טאָגשול איז אַ געראָטענער

דער ערשטער זמן פֿון דער נײַער ייִדישער שול איז אַריבער בשלום, אַזוי אַז מען קען שוין רעדן פֿון אַ ממשותדיקער זאַך — מיר האָבן אַ מלוכישע ייִדישע שול־פּראָגראַם אין וואַרשע. אַזאַ מלוכישע ייִדישע שול עקזיסטירט שוין מכמה־וכמה יאָרן לאַנג אין ווילנע און אין קעשענעוו, אָבער אין וואַרשע האָבן מיר ביז איצט געהאַט נאָר אַ פּריוואַטע שול, די „מורשה־שול‟, וואָס איז, ווי אַלע פּריוואַטע שולן, זייער אַ טײַערע.

אַ חודש שׂכר-לימוד אין דער פּריוואַטער שול קאָסט טויזנט אַכט הונדערט זלאָטעס — אַ חודש־געהאַלט פֿון אַ לערער אין אַ פּוילישער שול. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען מען האָט צוויי, דרײַ אָדער מער קינדער, איז צו צאָלן פֿאַר דער פּריוואַטער שול זייער אַ שווערע זאַך, אַפֿילו ווען מען באַקומט אַ הנחה.

די צווייטע פּראָבלעם מיט דער פּריוואַטער „מורשה־שול‟ איז דער פֿאַקט, אַז די דירעקטאָרשע פֿון דער פֿאָלקס-שול איז אַ קאַטוילישע פֿרוי, און די ייִדישע לימודים זענען איר אין גאַנצן פֿרעמד. מיט עבֿרית־קענטעניש האלטן די תּלמידים פֿון דער פּריוואַטער „מורשה־שול‟ זייער שוואַך.

די דײַטשישע, ענגלישע און פֿראַנצויזישע פּריוואַטע שולן אין וואַרשע קאָסטן אויך אַ מאַיאָנטעק, אָבער דאָרט לערנען זיך די תּלמידים צו רעדן ווי אַ וואַסער ענגליש, פֿראַנצויזיש און דײַטש. די אייניציקע שפּראַך, וואָס די „מורשה‟־תּלמידים באַהערשן, איז די שפּראַך, וואָס זיי ברענגען פֿון דער היים — פּויליש. הייסט עס, אַז די גרויסע הוצאות ברענגען ווייניק רעזולטאַטן.

דערפֿאַר איז די לעצטע איניציאַטיוו פֿון דער פּוילישער רעגירונג צו שטיצן מינדערהייט־פּראָגראָמען — אַ געבענטשטע. די מלוכישע פּראָגראַם קאָסט נישט קיין געלט און איר ניוואָ איז אַ סך העכער ווי אין דער פּריוואַטער שול. דער פֿאַקט אַליין, אַז אין דער מלוכישער שול נומער 166, וווּ מען האָט אײַנגעפֿירט הײַיאָר די ייִדישע פּראָגראַם, לערנען זיך די קינדער עבֿרית אַלע טאָג, חוץ פֿרײַטיק (ווען מען לערנט זיי ייִדישע טראַדיציע און רעליגיע), בשעת אין דער פּריוואַטער שול לערנען זיך די קינדער העברעיִש נאָר צוויי מאָל אַ וואָך, איז אַ באַווײַז דערצו. 

ווי געזאָגט, די פּוילישע רעגירונג באַמיט זיך לעצטנס צו בויען שולן פֿאַר די אוקראיִנישע, דײַטשישע און ייִדישע מינדערהײטן. לאָמיר האָפֿן, אַז מיר ייִדן, וועלן זײַן גענוג קלוג, כּדי צו פּראָפֿיטירן פֿון דער דאָזיקער איניציאַטיוו. ווי זאָגט מען: אַז מען גיט — נעמט מען.

אַנימאַציע־פֿילם פֿונעם פֿאַרגעסענעם כעלמער גולם

דער קינסטלער מאַרטשין קאָזשלינסקי
plus.google.com
דער קינסטלער מאַרטשין קאָזשלינסקי

אַפֿילו אַ גולם דאַרף האָבן מזל. דער פּראָגער גולם איז באַקאַנט איבער דער גאַנצער וועלט. די לעגענדע פֿונעם כעלמער גולם, וואָס איז מיט צוויי הונדערט יאָר עלטער, איז כּמעט אומבאַקאַנט.

אַ פּוילישער קינסטלער, מאַרטשין קאָזשלינסקי, האָט בדעה צו פֿאַרריכטן די דאָזיקע עוולה. ער מאַכט ממש די טעג אַן אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם כעלמער גולם.

וועגן דעם כעלמער רבֿ, ר’ אליהו, וואָס איז געשטאָרבן אין יאָר 1583, האָט מען געשריבן שוין אין 17טן יאָרהונדערט, אַז ער האָט געשאַפֿן אַ גולם. דאָס וואָרט „אמת‟ איז בײַ אים געווען אויסגעקריצט אויף דעם שטערן, און אַז מען האָט אויסגעמעקט דעם „אַלף‟, איז ער געשטאָרבן. פֿונעם וואָרט אמת אָן דעם „אַלף‟ ווערט דאָס וואָרט מת.

יאַקוב גרים, איינער פֿון די באַרימטע ברידער גרים, האָט אויך געשריבן וועגן אָט דעם כעלמער גולם ויש אומרים, אַז זײַן טעקסט האָט משפּיע געווען אויף דער שאַפֿונג פֿון דער באַרימטער לעגענדע פֿון פֿראַנקענשטײַן.

בכלל איז דאָ אַ סבֿרה, אַז מען האַלט די כעלמער ייִדן פֿאַר נאַראָנים טאַקע צוליב ר׳ אליהוס גולם. די סיבה האָט מען, על־פּי־פּנים, פֿאַרגעסן. ווי זאָגט מען: עולם־גולם!

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.