אין זײַן ערשט־פּובליקירטן בוך זכרונות, „אַ רוקזאַק, אַ בער און אַכט קאַסטנס וואָדקע‟, דערציילט לעוו גאָלינקין ווי זײַן משפּחה האָט אין 1989 פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, בעת ער האָט זיך געהאַלטן בײַם פֿונאַנדערפֿאַלן. די גאָלינקינס באַזעצן זיך אין אַמעריקע, פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן חסד פֿון פֿרעמדע לײַט, וויסנדיק אין האַרצן, אַז ווי זייער גורל זאָל זיך נישט אויסדרייען אין אַמעריקע, וועט עס פֿאָרט זײַן בעסער ווי ס׳איז געווען פֿריִער. ווי אַ סך אַנדערע אימיגראַנטן, האָבן זיי געהאָפֿט אָנצוכאַפּן אַ ברעקל פֿונעם „אַמעריקאַנער קוגל‟.
הגם אַ טייל שרײַבער, וועלכע קומען פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען שוין געוואָרן באַרימט, ווי למשל, גאַרי שטיינהאַרט, איז דאָס יאָר 2014 ממש געווען „אַ יאָר פֿונעם געוועזענעם סאָוועטישן ייִד‟. יעדן חודש איז פּובליקירט געוואָרן אַ נײַ בוך פֿון זיי.
צו ערשט, איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן שטיינגאַרטס ראָמאַן, „דער קליינער דורכפֿאַל‟ (דער טיטל פֿאַררופֿט זיך אויפֿן צונאָמען וואָס דעם מחברס מאַמע האָט אים אַ מאָל געגעבן). נאָך דעם זענען פּובליקירט געוואָרן לאַראַ וואַפּניאַרס „דער ריח פֿון סאָסנע‟; עלען ליטמאַנס „מאַנעקין־מיידל‟ און דייוויד בעזמאָזגיס׳ „די פֿאַררעטער‟. אַלע ווערק שילדערן סײַ די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון די שרײַבער, סײַ דעם הײַנטצײַטיקן פּאָליטישן מצבֿ (בפֿרט בײַ בעזמאָזגיס, וואָס זײַן ראָמאַן קומט פֿאָר אין קרים). דערבײַ ווײַזן זיי אָן אויף פּאָטענציעלע נײַע ריכטונגען פֿון די אַמאָליקע סאָוועטישע אײַנוווינער.
אַניאַ אוליניטש, נאָך אַ שרײַבערין, וועלכע האָט פֿריִער פּובליקירט אַ בעלעטריסטישע באַשרײַבונג פֿון איר אימיגראַנטישער איבערלעבונג, האָט אַנטדעקט אַ נײַעם מיטל צו דערציילן די מעשׂה, אין איר בוך „לענאַ פֿינקלס כּישוף־פֿאַס‟ — אַ קאָמיק־ראָמאַן וועגן אַ מיידל, וואָס ראַנגלט זיך מיט ליבע. דורך דעם וואָס זי פֿאַררופֿט זיך אויף בערנאַרד מלמדס בוך, „דער כּישוף־פֿאַס‟, ציט זי אַ פֿאַרבינדונג פֿון די פֿריִערדיקע ייִדישע אימיגראַנטן־שרײַבער צו די הײַנטיקע.
אין זײַן בוך „אַ במקום־לעבן‟, באַשרײַבט באָריס פֿישמאַן סײַ דעם פֿאַרלאַנג פֿונעם אימיגראַנטישן שרײַבער זיך אָפּצורײַסן פֿון זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, סײַ די וואָרצלען, וואָס צווינגען אים צו בלײַבן אינעם נישט־אײַנגענעם היימלאַנד; ווי אויך די השפּעה פֿונעם חורבן אויף די סאָוועטישע ייִדן. אין יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַס „פּאַניק אין אַ טשעמאָדאַן‟ — איינע פֿון די בעסטע דעביוטן הײַיאָר — איז די אימיגראַנטישע געשיכטע בלויז אַ זײַטיקער ענין; דער עיקר דאָ איז איר עקספּערימענטירונג מיטן כּוח און באַגרענעצונגען פֿון דער ענגלישער שפּראַך.
נישט בלויז אין אַמעריקע האָט מען הײַיאָר פּובליקירט ראָמאַנען פֿון געוועזענע סאָוועטישע ייִדן. אין יאַנואַר איז אַרויסגעקומען אָלגאַ גריאַזנאָוואַס „אַלע רוסן האָבן ליב בערעזע־ביימער‟ (זי איז טאַקע גערעכט!), און אין אָקטאָבער — אַלינאַ בראָנסקיס „רוף מיך אַ סופּער־העלד‟. ביידע שרײַבערינס וווינען אין דײַטשלאַנד. פּונקט ווי בײַ די ביכער פֿון די שרײַבער אין אַמעריקע, זעען מיר, אַז ווען עס רעדט זיך וועגן פֿאַרלאָזן אַ סופּערמאַכט, וועלכע האַלט בײַם פֿונאַנדערפֿאַלן זיך, איז די איבערלעבונג בײַ אַלע פּליטים גאָר נישט אַזוי אַנדערש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.