ערבֿ דעם יאָר 2015, האַלט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג בײַ 8.3 מיליאָן נפֿשות, האָט מאָנטיק געמאָלדן דער ישׂראלדיקער צענטראַלער סטאַטיסטיק־ביוראָ.
פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט האָבן אין ישׂראל געוווינט בערך 8,132,000 נפֿשות. זינט דעמאָלט איז די באַפֿעלקערונג געשטיגן מיט 2%. בערך 176,600 עופֿעלעך זענען געבוירן געוואָרן, און עס זענען אָנגעקומען בערך 23,000 עולים.
בערך 6.2 מיליאָן פֿון די ישׂראל־אײַנוווינער זענען ייִדן, און 1.7 — אַראַבער.
לויט דער סטאַטיסטיק, באַטרעפֿן די ייִדן 74.9% פֿון דער באַפֿעלקערונג, די אַראַבער — 20.7%, און די אַנדערע (קריסטן און די, וועלכע אידענטיפֿיצירן זיך נישט מיט קיין רעליגיע אָדער פֿאָלק) — 4.3%.
לויט אַ באַריכט פֿונעם פּאַלעסטינער צענטראַלן סטאַטיסטיק־ביוראָ, וועלן אין יאָר 2016 וווינען פּונקט אַזוי פֿיל פּאַלעסטינער ווי ייִדישע ישׂראלים אויפֿן שטח, וואָס נעמט אַרײַן ישׂראל, דעם מערבֿ־ברעג און עזה.
דער פּאַלעסטינער באַריכט גיט איבער, אַז עס לעבן הײַנט איבער דער וועלט 12.1 מיליאָן פּאַלעסטינער, וואָס 4.62 פֿון זיי וווינען אויפֿן מערבֿ־ברעג און עזה; 1.46 — אין ישׂראל, 5.34 — אין אַראַבישע לענדער, און בערך 675,000 אין אַנדערע לענדער.
אויב די באַפֿעלקערונג וועט אָנהאַלטן דעם זעלבן וווּקס ווי דער איצטיקער, וועלן אין 2016 וווינען אין גאַנץ ישׂראל, מערבֿ־ברעג און עזה בערך 6.42 מיליאָן פּאַלעסטינער און אויך 6.42 ייִדן. ביזן יאָר 2020 וועלן אויף יענעם שטח וווינען 7.14 מיליאָן פּאַלעסטינער און 6.87 ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.