אין מאַר דעל פּלאַטאַ, אַ שיינע שטאָט בײַם ים, אַ 400 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, האָט דער ייִשובֿ דורכגעפֿירט אַ הזכּרה פֿאַר בנימין אַלבערטאָ שוכמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער לאָקאַלער „דאַיאַ‟ במשך פֿון 10 יאָר, װאָס איז דערמאָרדעט געװאָרן דעם 10טן אויגוסט. אינעם בנין פֿון דער אָרטיקער קהילה האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייערס פֿון בוענאָס־אײַרעס און פֿון דעם מוניציפּאַלן ראָט. אין אַלע רעדעס האָט מען אונטערגעשטראָכן זײַנע טעטיקייטן פֿאַר מענטשנרעכט, זײַן קאַמף קעגן דער דיסקרימינאַציע, און זײַן פּראָיעקט פֿון חורבן־דערציִונג אין אַלע שולן פֿון דער שטאָט און אין די אַנשטאַלטן צו טרענירן לערערס. דער מערדער איז גלײַך אַרעסטירט געװאָרן און מען שאַצט אַז דער עפּיזאָד האָט צו טאָן מיט עקאָנאָמישע מאָטיװירונגען.
דער טריבונאַל װאָס װעט פֿון דאָס נײַ משפּטן דעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין 1994, האָט געבעטן אַ זאַל, און מען רעכנט אַז דאָס װעט פֿאָרקומען ערשט אין 2016. די באַשולדיקטע װעלן זײַן דער געװעזענער פּרעזידענט קאַרלאָס מענעם; דער ערשטער ריכטער װאָס האָט אויסגעפֿאָרשט דעם אַטענטאַט — כואַן כאָסע גאַלעאַנאָ; דער אָנפֿירער פֿון די אינפֿאָרמאַציע־באַדינונגען — הוגאָ אַנזאָרענאַ; די פּראָקוראָרן מוליען און באַרבאַטשיאַ, דער געװעזענער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ — ראובֿן בעראַכאַ, און דער פּאָליציי־שעף כאָרכע פּאַלאַסיאָס. זיי װערן באַשולדיקט אין פֿאַרדעקן און אָפּװענדן די פֿאָרשונגען, אין צאָלן אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו באַשולדיקן פּאָליציי־לײַט פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס און אין נישט אויספֿאָרשן אַ סיריער, קאַנוער עדול, װאָס זאָל האָבן געקויפֿט דעם אויטאָמאָביל, װאָס האָט געפֿירט דעם דינאַמיט אויפֿצורײַסן דעם בנין. מען װעט אויך באַשולדיקן דעם געװעזענעם אינערן־מיניסטער קאַרלאָס קורח. עס רופֿט די אויפֿמערקזאַמקייט װאָס ערשט 22 יאָר שפּעטער װעט מען זיך נעמען צו די, אויף װעלכע עס איז געווען אַ חשד פֿון דער ערשטער מינוט אָן.
די פּראָגראַם „לערנט אין דער היים‟, װאָס די בוענאָס־אײַרעסער קהילה אָרגאַניזירט זינט 2009 האָט געשלאָסן איר הײַיאָריקן זמן מיט אַ ספּעציעלן אַרויסלאָז פֿאַר די באַטייליקטע. די פּראָגראַם צילט צוצוגרייטן ספּעציעלע לערערס, װאָס זאָלן אַרבעטן מיט די עלטערן אין היימען װאָס נייטיקן זיך אין ספּעציעלער הילף, כּדי זייערע קינדער אין עלטער פֿון 3, 4 און 5 יאָר זאָלן קענען אײַנגעגלידערט װערן אין דער שולסיסטעם און האָבן דערפֿאָלג אין די לימודים. די סטודענטן לערנען די עלטערן ווי זיך צו שפּילן מיט די קינדער; זיי דערציילן קינדער־מעשׂיות און דאָס העלפֿט די עלטערן צוהעלפֿן מיט דער דערציִונג פֿון זייערע קינדער. דער פּראָיעקט איז אויסגעװײלט געװאָרן װי איינער פֿון די 30 װיכטקסטע דערציערישע פּראָיעקטן אויף דער װעלט, צװישן 630 פֿאָרשלאָגן פֿון 68 לענדער. די שטאָט בוענאָס־אײַרעס און די קהילה אַרבעט אין די אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט. דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַר סאָציאַלער הילף זוכט אויך אָפּ ייִדישע משפּחות, װאָס נייטיקן זיך אין אָט דער הילף.
די ייִדישע אינסטיטוציעס, מיטן לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס בראש, האָבן באַגריסט דעם אַרציביסקופּ מאַריאָ פּאָלי ערבֿ־ווײַנאַכט [ניטל] און געװוּנטשן, אַז „דאָס ליכט װאָס באַלײַכט אונדזערע יום־טובֿים זאָל אונדז דערמעגלעכן פֿאַרשטאַרקן אונדזערע באַציִונגען װי ברידער, און אונדז דערמעגלעכן בויען צוזאַמען אַ װעג פֿון צוזאַמענטרעף און שלום‟. מען האָט אים צוגעשיקט אַ קויש מיט טראַדיציאָנאַלן ייִדישן זיסװאַרג און אים געװוּנטשן אַ זיס יאָר.
כּדאי צו דערמאָנען אַז דער אַרציבישאָף האָט אָרגאַניזירט אין דער קאַטעדראַל די דערמאָנונג פֿון דער קרישטאָלנאַכט און ער האָט זיך באַטייליקט אויף דער אינטעררעליגיעזע צערעמאָניע װאָס האָט דערמאָנט דעם 20סטן אַניװערסאַר פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין.
דער ראַבינער דניאל פֿרילאַנדער, פֿאָרזיצער פֿונעם „װעלטראַט פֿון פּראָגרעסיװע ייִדן‟, האָט באַזוכט בוענאָס-אײַרעס. זײַן אָרגאַניזאַציע קאָאָרדינירט די טעטיקייטן פֿון אַ 1.8 מיליאָן ייִדן אין איבער 1,000 קאָנגרעגאַציעס איבער דער גאָרער װעלט. ער האָט באַזוכט טעמפּלען און דערציונגס־אַנשטאַלטן און בײַם אָנצינדן דאָס אַכטע חנוכּה־ליכטל אינעם עלטסטן טעמפּל פֿון דער שטאָט, האָט ער געזונגען דעם ניגון „שלום רבֿ‟, װאָס ער האָט אַליין פֿאַרפֿאַסט. ער האָט זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אויף די טעטיקייטן פֿון זײַן ריכטונג אין צוציִען משפּחות פֿון געמישטע חתונות צו די ייִדישע אינסטיטוציעס.
אין דער געמיינדע „עמיחי‟ האָט מען געפֿײַערט דעם לעצטן טאָג חנוכּה דעם „צווייטן אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון לאַדינאָ‟. איבער 600 מענטשן האָבן איבערגעפֿולט דעם זאַל, װוּ מיט לידער, מעשׂיות און צוגעפּאַסטע מאכלים האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד און זיך געפֿרייט מיט איינער פֿון די ייִדישע שפּראַכן.
די אַרגענטינער פּרעסע האָט קאָמענטירט דעם דאָקומענט פֿון 20 זײַטלעך, װאָס איז לעצטנס געפֿונען געװאָרן אין דער דײַטשער שטאָט דרעסדען, לויט װעלכן װײַנאַכט איז אַ גערמאַנישע דאַטע; מרים — „די מאַמע פֿון דײַטשלאַנד‟, היטלער — „דער משיח‟, און די דרײַ מלכים — די „אַרבעטערס פֿון דער נאַצישער פּאַרטיי‟. דאָס איז געװען אַ פּרוּװ אַרויסצונעמען יעדע רעליגיעזע קאָנאָטאַציע פֿון דער דאַטע און מען זאָל בלויז רעדן פֿון מוטערשאַפֿט, שניט און נאַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.