ס׳איז שוין לאַנג דאָ אַ טראַדיציע בײַ זשורנאַליסטן צו מאַכן אַ סך־הכּל בײַם סוף פֿונעם יאָר. דער זשורנאַליסט דאַרף דערמאָנען די וויכטיקסטע פּאַסירונגען, אַרויסהייבנדיק דערבײַ די בולטסטע קולטורעלע מאָמענטן, די פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען אַוועק אין דער אייביקייט און די גרעסטע טראַגעדיעס און טריומפֿן פֿון דער מענטשהייט. נאָך דעם דאַרף דער זשורנאַליסט אַרויסציִען פֿון דעם אַלעם עפּעס אַ נימשל, מיט אַ קלוג קלינגוואָרט, וואָס זאָל העלפֿן דעם לייענער צו פֿאַרשטיין אַלצדינג, וואָס איז בײַ אים פֿאַרלאָפֿן.
אויף מיר פֿאַלט הײַנט אויס די דאָזיקע אויפֿגאַבע, אָבער איך בין פּשוט ניט פֿעיִק: קיין באַהאַלטענעם נימשל זע איך ניט אין די הײַיאָריקע געשעענישן. כּדי צו געפֿינען עפּעס אַ שׂכל אָדער אַ באַטײַט אין אַ סעריע געשעענישן, דאַרף מען קודם אַנטדעקן עפּעס אַ לאָגיק, וואָס פֿירט די געשעענישן. די זשורנאַליסטן זוכן אויך, פֿאַרשטייט זיך, סײַ גוטע און סײַ שלעכטע פּאַסירונגען; זיי זאָלן קענען זאָגן „פֿון איין זײַט… אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט…‟. הײַיאָר זענען דווקא געווען אַ סך מער שלעכטע פּאַסירונגען ווי גוטע, און ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען אומזיניק.
בײַ אונדז אַמעריקאַנער האָט דאָס יאָר 2014 זיך אָנגעהויבן מיט צוויי היסטאָרישע דערשײַנונגען: צום ערשטן מאָל אין 70 יאָר האָט מען געקענט לעגאַל קויפֿן מאַריכואַנע (כאָטש אין קאָלאָראַדאָ) אָן דעם דערלויבעניש פֿון אַ דאָקטער. אינעם זעלביקן טאָג האָט אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן דער געזונט־פֿאַרזיכערונג־פּלאַן פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ. נאָך 20 שטאַטן האָבן לעגאַליזירט די האָמאָסעקסועלע חתונות, און די „גיי‟־פּאָרפֿעלקער קענען שוין חתונה האָבן אין 36 שטאַטן. במשך פֿון איין יאָר איז די צאָל אַזעלכע שטאַטן געוואָרן אַ מערהייט און ס׳איז שוין קלאָר, אַז די „גיי‟־חתונות וועלן אין גיכן לעגאַליזירט ווערן איבערן גאַנצן לאַנד.
פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, האָבן די קאָנסערוואַטיוון געהאַט אַ ריזיקן נצחון אינעם העכסטן געריכט, וואָס האָט דעם 30סטן יוני געפּסקנט, אַז פּריוואַטע פֿירמעס האָבן דאָס רעכט ניט צו באַצאָלן פֿאַרן געבורט־קאָנטראָל פֿון זייערע אָנגעשטעלטע צוליב רעליעגיעזע אײַנווענדן. די רעפּובליקאַנער האָבן אויך געוווּנען אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם בעת די וואַלן אין נאָוועמבער.
אין אויסלאַנד האָט 2014 זיך „אויסגעצייכנט‟ מיט מלחמות, טעראָר און פּײַן. דעם דריטן יאַנואַר האָט „אײַסיס‟ שאָקירט די וועלט דורכן איבערנעמען די שטאָט פֿאַלוזשאַ. די „אײַסיס‟־טעראָריסטן זענען אפֿשר דער סאַמע גרעסטער פּאָליטישער חידוש פֿונעם יאָר: די בלוט־דורשטיקע מערדער האָבן איבערגענומען אַ העלפֿט פֿון איראַק און כּמעט 2/3 סיריע, גרינדנדיק דערבײַ אַ „קאַליפֿאַט‟, אין וועלכן עס קענען נאָר וווינען די, וואָס האַלטן פֿון זייער שיטה.
די יאַזידיס, אַ קליינע רעליגיעזע מינדערהייט, וואָס וווינט שוין 4,000 יאָר אויף דער נינעווער פֿלאַך, זענען פֿאַרטריבן געוואָרן: די מענער, וואָס זענען ניט מסוגל געווען צו מאַכן פּליטה, זענען אַלע אויסגעהרגעט געוואָרן, און די פֿרויען - פֿאַרקויפֿט ווי סעקסועלע שקלאַפֿן. טאַקע צוליב דעם ביטערן גורל פֿון די יאַזידי־פֿרויען און קינדער, וואָס זענען געבליבן שטעקן אויף אַ באַרג, אַרומגערינגלט פֿון „אײַסיס‟־קעמפֿער אָן עסן און וואַסער, האָט אַמעריקע אָנגעהויבן ווידער צו באָמבאַרדירן איראַק. ווי עס טרעפֿט זיך, געוויינטלעך, אין אַמעריקאַנער מלחמות, האָט מען אָבער די אַקציע אין גיכן פֿאַרגרעסערט, און איצט באָמבאַרדירט מען ניט בלויז די פּראָווינץ פֿון נינעווע, כּדי צו ראַטעווען די יאַזידיס, ווי מע האָט לכתּחילה פּלאַנירט, נאָר מע באָמבאַרדירט גאַנץ איראַק און אַ טייל פֿון סיריע, כּדי זיכער צו מאַכן, אַז „אײַסיס‟ זאָל ניט קענען פֿאַרכאַפּן מער טעריטאָריעס.
אין פֿעברואַר האָט רוסלאַנד פּרובירט צו באַחנען די וועלט דורך דער ריזיקער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די מערבֿדיקע וועלט איז אין די לעצטע פּאָר יאָר געוואָרן וואָס מער באַאומרויִקט מיט פּוטינס רעזשים, צוליב זײַנע פּאָליטישע רעפּרעסיעס. די „חן־אָפֿענסיווע‟ האָט טאַקע מצליח געווען, אָבער בלויז אויף אַ פּאָר וואָכן: די „מײַדאַן‟־פּראָטעסטן אין אוקראַיִנע, וואָס זענען פֿאָרגעקומען בעת דער אָלימפּיאַדע, זענען נאָך איר שלוס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין טייטלעכע צוזאַמענשטויסן. אַ סך מענטשן האָבן געזען אין דעם סימנים פֿון דער רוסישער אינטערפֿערענץ; נאָך דעם, וואָס דער פּראָ־רוסישער רעזשים פֿון וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן איז דעם 22סטן פֿעברואַר געפֿאַלן, האָט רוסלאַנד שאָקירט די וועלט דורכן אַנעקסירן דעם האַלב־אינדזל קרים און פֿאַרכאַפּן טיילן פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע.
כאָטש די רוסן האָבן געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז די אוקראַיִנער האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ קאַמף לטובֿת נײַע אומאָפּהענגיקע רעפּובליקן, האָבן זיי גאָר ווייניק מענטשן ,מחוץ רוסלאַנד, אָפּגענאַרט מיט כּלומרשטע „רעפֿערענדומס‟. נאָך אַ פּאָר וואָכן איז עס אַלעמען געווען קלאָר, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ רוסישער אינוואַזיע. דער אינטערנאַציאָנאַלער שם פֿון רוסלאַנד איז נאָך מער דערנידערט געוואָרן, נאָך דעם, וואָס אַ ציווילער עראָפּלאַן פֿון „מאַלאַזיע־איירלײַנס‟ איז דעם 17טן יולי אַראָפּגעשאָסן געוואָרן איבער אוקראַיִנע דורך די פּראָ־רוסישע רעבעלן, דערהרגענענדיק דערבײַ 298 פּאַסאַזשירן, צווישן זיי - וויכטיקע פֿאָרשער פֿון „איידס‟, וועלכע זענען געפֿאָרן אויף אַ קאָנפֿערענץ.
דאָס יאָר 2014 איז בכלל געווען אַ שרעקלעכס, וואָס שייך אַוויאַציע: נאָכן אַראָפּגעשאָסענעם עראָפּלאַן אין אוקראַיִנע זענען נאָך דרײַ „דזשעטן‟, אָנגעפֿילט מיט פּאַסאַזשירן, פֿאַרלוירן געגאַנגען. איך נוץ דאָס וואָרט „פֿאַרלוירן‟ און ניט „געקראַכט‟ ווײַל דער גורל פֿון איינעם פֿון די עראָפּלאַנען, MH370, איז נאָך אַלץ אַ מיסטעריע: ניט געקוקט אויף די אַלע הײַנטיקע טעכנאָלאָגישע מיטלען איז דער עראָפּלאַן פּשוט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
חדשים לאַנג, ווי באַוווּסט, האָבן צענדליקער נאַציאָנאַלע ים־פֿלאָטן מיט הונדערטע שיפֿן און העליקאָפּטערס קאָנטראָלירט די ימען צווישן אינדאָנעזיע און מאַלאַזיע און קיין שפּור פֿונעם עראָפּלאַן ניט געפֿונען. ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז מיר וועלן קיינמאָל ניט וויסן אויף זיכער, פֿאַר וואָס אָדער ווי אַזוי די טראַגעדיע איז געשען.
ניט בלויז די עראָפּלאַנען אַליין, נאָר אויך די פּאַסאַזשירן אין זיי האָבן אין 2014 דערשראָקן די אַמעריקאַנער; צום ערשטן מאָל האָט דער „עבאָלאַ‟־ווירוס געטראָפֿן קיין אַמעריקע, דווקא דורך אַן עראָפּלאַן־פּאַסאַזשיר, וואָס איז אָנגעקומען אין סעפּטעמבער פֿון ליבעריע. כאָטש די מעדיאַ האָט געהאַלטן אין איין רעדן וועגן עבאָלאַ, האָבן בלויז 2 מענטשן זיך אָנגעשטעקט אין דעם ווירוס, און בסך־הכּל 10 האָבן טאַקע געליטן פֿון „עבאָלאַ‟ אין אַמעריקע (8 פֿון זיי האָבן דערצו איבערגעלעבט). אין מערבֿ־אַפֿריקע, אָבער, האָט דער ווירוס שוין דערהרגעט, צום ווייניקסטן, 7,800 מענטשן.
דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק האָט הײַיאָר פֿאַרלוירן אַ פּאָר פֿון זײַנע סאַמע גרעסטע קולטורעלע פֿיגורן. דער זינגער, אַקטיוויסט און מוזיקאָלאָג פּיט סיגער, די שרײַבערין מײַיאַ אַנדזשעלו און דער קאָמעדיאַנט סיד סיזער, זענען אַוועק נאָך אַ לאַנגן, דערפֿאָלגרײַכן לעבן. ניט אַזוי זענען געווען די פּלוצלעמדיקע פֿריִצײַטיקע פּטירות פֿון צוויי, אפֿשר די סאַמע טאַלענטירסטע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן: פֿיליפּ סימאָר האָפֿמאַן, צוליב אַן איבערדאָזע פֿון העראָיִן און ראָבין וויליאַמס, וואָס איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. די פֿאַרלוסטן פֿון די צוויי גרויסע טאַלאַנטן אין סאַמע ברען פֿון זייערע קאַריעריעס אויף אַזעלכע טראַגישע און זינלאָזע אופֿנים, האָבן אויפֿגעטרייסלט דאָס פֿאָלק.
בײַ אונדז ייִדן איז מדינת־ישׂראל שטענדיק געווען פֿון אויבנאָן. דעם 11טן יאַנואַר איז נאָך לאַנגע יאָרן פֿון געפֿינען זיך אין אַ קאָמאַ געשטאָרבן צו 85 יאָר דער געוועזענער פּרעמיִער אריאל שרון - דער „בולדאָזער‟ פֿונעם רעכטן לאַגער, וואָס איז פֿאַר זײַן פּלוצלעמדיקער קראַנקייט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיקל „טײַבעלע‟.
נאָכן ביטערן סימן פֿון שרונס אַוועקגיין האָט ישׂראל אַדורכגעלעבט אַ שרעקלעך יאָר. דעם 12טן יוני זענען דרײַ ישׂראלדיקע דערוואַקסלינגען פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך טעראָריסטן. גאַנץ עם־ישׂראל האָט געבעטן נאָך זייער באַפֿרײַונג, ניט וויסנדיק, אַז די טעראָריסטן האָבן די אומשולדיקע ישיבֿה־בחורים שוין געהאַט דערהרגעט. בעת די דרײַ וואָכן, אין וועלכע צ׳׳הל האָט געזוכט די פֿאַרכאַפּטע אינעם מערבֿ־ברעג, האָט מען דאָרטן מאַסנווײַז אַרעסטירט די „כאַמאַסניקעס‟; דעמאָלט האָט „כאַמאַס‟ געענפֿערט אויף דעם מיט ראַקעטן, געשאָסן אויף מדינת־ישׂראל.
דעם 30סטן יוני האָט מען געפֿונען די קערפּערס פֿון די דרײַ בחורים, און ווי אַ נקמה־אַקט האָט אַ גרופּע ייִדישע יונגע־לײַט געלינטשט אַ פּאַלעסטינער בחור אין מיזרח־ירושלים, פֿאַרברענענדיק אים אויף טויט. צוליב די ראַקעטן האָט ישׂראל לאַנצירט אַ 50־טאָגיקע מיליטערישע אָפּעראַציע „צוק איתן‟ (שטאַרקע פֿעלדזן), וואָס אין סך־הכּל האָט גורם געווען - אַרום 2,200 טויטע אין עזה, צווישן זיי - 66 ישׂראלדיקע זעלנער, ווי אויך 6 ציווילע־לײַט אין ישׂראל גופֿא. כאָטש די פּאָליטישע קאָנסעקווענצן פֿון דער מלחמה זענען נאָך אַלץ ניט אין גאַנצן קלאָר, האַלטן אַ סך עקספּערטן, אַז די „צוויי־שטאַטישע לייזונג‟ איז צוליב דער אָפּעראַציע, אויך געשטאָרבן.
נו, און אין אונדזער קליינעם ייִדיש־וועלטל? מיר האָבן פֿאַרלוירן דעם פּאָעט משה שקליאַר, דאָס אייניקל פֿון שלום־עליכם - בעל קאַופֿמאַן, דעם זשורנאַליסט הערמאַן טאַובע און דעם אַקטיוויסט מאָטל ראָזענבוש. מיר האָבן אויך געזען סימנים פֿון אַ ווידערוווּקס: עס זענען אַרויס נײַע ביכער און קאָמפּאַקטלעך, צווישן זיי - דער ערשטער ראָמאַן אויף ייִדיש, געשריבן פֿון אַ מחבר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם 21סטן יאָרהונדערט! ס׳איז אויך געווען אַן איבערגאַנג פֿון דורות: הײַיאָר איז געווען דער 30סטער און לעצטער „קלעזקעמפּ‟, און מיר וואַרטן צו זען, וואָס וועט אים פֿאַרטרעטן.
וואָס זשע קען מען פֿון דעם אַלעם פֿאַרשטיין? זײַט מיר אַ חכם! ווי איך האָב געזאָגט בײַם אָנהייב, איז קיין זין אָדער נימשל אין 2014 ניט פֿאַראַן. אַזוי אַרום קענען מיר בלויז אויף איצט זאָגן: דאָס יאָר 2014 זאָל זיך גיין געזונטערהייט; און לאָמיר אַלע האָפֿן, אַז דאָס יאָר 2015 וועט זײַן אַ סך בעסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.