די פּאַלעסטינער קאַמפּאַניע איבערצוצײַגן דעם „יו־ען‟־זיכערהייט־ראַט צו צווינגען ישׂראל זיך צוריקצוציִען פֿונעם מערבֿ־ברעג ביז אַ געוויסן טערמין, האָט נישט באַוויזן צו קריגן די נײַן נייטיקע שטימען דעם דינסטיק.
פֿאַר דער אָפּשטימונג האָבן די פּאַלעסטינער וואָרטזאָגער דערקלערט, אַז זיי זענען זיכער, אַז זיי וועלן קריגן 9 אָדער אַפֿילו 10 שטימעס. אָבער צוויי לענדער, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן זיכער שטימען פֿאַר דער רעזאָלוציע — ניגעריע און דרום־קאָרעע — האָבן בײַם סוף זיך אָפּגעהאַלטן פֿונעם שטימען.
די לענדער, וועלכע האָבן געשטימט פֿאַר דער פּאַלעסטינער רעזאָלוציע, זענען געווען כינע, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אַרגענטינע, טשאַד, טשילע, יאָרדאַניע און לוקסעמבורג. די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אויסטראַליע האָבן געשטימט קעגן. זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען האָבן ענגלאַנד, ליטע, ניגעריע, דרום־קאָרעע און רוואַנדע.
די פּאַלעסטינער מפּלה האָט באַשטעטיקט, וואָס געוויסע פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע וואָרטזאָגער האָבן שוין געזאָגט מיט וואָכן צוריק: אַז די רעזאָלוציע וועט נישט אָנגענומען ווערן, טאָמער מע שטימט אין 2014. בעת אַן אינטערוויו מיט אַן אַראַביש־שפּראַכיקער ישׂראלדיקער ראַדיאָ־סטאַנציע דעם 15טן דעצעמבער האָט דער פּאַלעסטינער פֿאַרמיטלער פֿון די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען סאַיִב אַריקאַט געוואָרנט, אַז די רעזאָלוציע וועט נישט צוציִען קיין נײַן שטימען.
יאָרדאַניע, וואָס רעפּרעזענטירט די אַראַבישע לענדער אינעם זיכערהייט־ראַט, האָט טאַקע גערופֿן אָפּצולייגן די אָפּשטימונג ביז יאַנואַר, ווען עס וועלן שוין זײַן צוגעקומען פֿינף נײַע מיטגלידער, אַרײַנגערעכנט דאָס שטאַרק אַנטי־ישׂראלדיקע לאַנד מאַלאַזיע, וואָס דאַרף פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון דרום־קאָרעע. אָבער די פּאַלעסטינער האָבן זיך אײַנגעעקשנט, אַז מע זאָל אָפּשטימען ערבֿ דעם נײַעם יאָר.
נאָך מער אומפֿאַרשטענדלעך איז דער פֿאַקט, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן אָפּגעוואָרפֿן אַ מער מעסיקע ווערסיע, וואָס פֿראַנקרײַך האָט צונויפֿגעשטעלט, און וואָס וואָלט דערמעגלעכט אַ נצחון פֿון דער פּאַלעסטינער רעזאָלוציע. די ווערסיע וואָס די פּאַלעסטינער האָבן אַרײַנגעגעבן אין דער „יו־ען‟ פֿאָדערט אַן אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער במשך פֿון בלויז איין יאָר, און אַ פֿולשטענדיקן צוריקצי פֿונעם מערבֿ־ברעג ביז 2017. דערצו ווערן די ישׂראלדיקע זיכערהייט־כּוחות באַצייכנט ווי „אָקופּאַציע־כּוחות‟, און די רעזאָלוציע האָט נאָך צוגעגעבן, אַז ישׂראל מוז באַפֿרײַען די פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן און טאָר מער נישט בויען קיין נײַע הײַזער אין די ישׂראלדיקע ייִשובֿים, אַפֿילו אין מיזרח־ירושלים.
מאָנטיק אויף דער נאַכט האָט יאָרדאַניע צוגעשטעלט אינעם זיכערהייט־ראַט די פּאַלעסטינער רעזאָלוציע, נישט געקוקט אויף די אויפֿגעבראַכטע פּראָטעסטן פֿון ישׂראל, און דער וואָרענונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַז אַמעריקע וועט סײַ־ווי וועטאָיִרן די רעזאָלוציע, אויב מע וועט זי אַפֿילו אָננעמען.
די פּאַלעסטינער טאַקטיק האָט אַרויסגערופֿן אַן איבערראַשונג בײַ די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן, וועלכע האָבן אָנגעהויבן טענהן, אַז די פּאַלעסטינער פֿירער האָבן, אַ פּנים, בדעה געהאַט צו פֿאַרשפּילן די אָפּשטימונג, ווײַל זיי האָבן בלויז געוואָלט אַרויסווײַזן האַרט־נעקיקייט פֿאַר די אויפֿגעבראַכטע פּאַלעסטינער, ווי אויך צוליב דעם וואַקסנדיקן דרוק פֿון „כאַמאַס‟ — אָבער גלײַכצײַטיק האָבן די פּאַלעסטינער פֿירער נישט געוואָלט אָפּפֿרעמדן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין אַ צײַט ווען אַמעריקע און אַ צאָל אַראַבישע לענדער קעמפֿן צוזאַמען קעגן ISIS.
בעת אַ דעבאַטע נאָך דער אָפּשטימונג האָט די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין סאַמאַנטאַ פּאַוער דערקלערט, אַז די ווערסיע, וואָס יאָרדאַניע האָט אַרײַנגעגעבן „וועט בלויז ווײַטער צעשפּאָלטן די צדדים אַנשטאָט צו ברענגען זיי קאָמפּראָמיסן, און קאָן אַפֿילו פּראָוואָצירן דעם סאָרט מחלוקת, וואָס די רעזאָלוציע זאָגט, אַז זי וויל אויסמײַדן‟.
פּאַוערס האָט אָבער אויך צוגעגעבן אַ וואָרענונג פֿאַר ישׂראל: „די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט ווײַטער זיך אַנטקעגנשטעלן די אַקציעס, וואָס גראָבן אונטער די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, צי דאָס רעדט זיך וועגן אומלעגאַלע ישׂראלדיקע בוי־פּראָיעקטן, צי וועגן איינזײַטיקע רעזאָלוציעס, וואָס ווערן צוגעשטעלט צום זיכערהייט-ראַט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.