די וואָך זײַנען די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל ווידער געוואָרן אַ טעמע פֿון פּאָליטישע נײַעס. אין דעצעמבער האָט רוסלאַנד אָנטייל גענומען אין דעם סירישן קאָנפֿליקט, און האָט געפּרוּווט צו ווערן דער הויפּט־כּוח, וואָס זאָל סטאַביליזירן די סיטואַציע. דער רוסישער אויסערן־מיניסטעריום האָט גערופֿן מדינת־ישׂראל אָפּצושטעלן די באָמבאַרדירונגען פֿון סיריע, וואָס האָט געקאָנט אויסזען, אַז ישׂראל קאָן פֿאַרלירן מאָסקווע ווי איר אַליִיִרטע. די וואָך אָבער האָט דער רוסלענדישער הויכער געריכט דערקלערט די „איסלאַמישע מלוכה‟ און דעם „פֿראָנט אַל־נוסראַ‟ פֿאַר טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, און פֿאַרווערט זייער טעטיקייט אין רוסלאַנד. אַזאַ באַשלוס שטעלט רוסלאַנד ווידער אין די ראַמען פֿון דיפּלאָמאַטישער נאָרמע.
דינססטיק, דעם 30סטן דעצעמבער, האָט מען באַקומען אַ גרוס אויך פֿון דער אַנדערער זײַט; דהײַנו: די פֿאַראייניקונג פֿון לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פּראָדוצירער און דער פֿאַראיין פֿון ישׂראל־מושבֿים האָבן דערקלערט, אַז דער עקאָנאָמישער קריזיס אין רוסלאַנד האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער לאַגע פֿון די ישׂראלדיקע קיבוצים, ווײַל רוסלאַנד איז דער הויפּט־מאַרק פֿאַר זייער פּראָדוקציע, קודם־כּל גרינסן. לאָמיך דערמאָנען, אַז נאָך דעם ווי די רוסישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט די אַזוי־גערופֿענע „קאָנטר־סאַנקציעס‟, איז דער אַרײַנפֿיר פֿון פּראָדוקטן פֿון אייראָפּע און אַמעריקע אָפֿיציעל פֿאַרווערט געוואָרן. דער האַנדל אָבער מיט ישׂראל איז פֿאַרקערט: געשטיגן.
דעם 29סטן דעצעמבער האָט אין מאָסקווער פֿאָרשונג־צענטער „חורבן‟ אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט די קאַנאַדער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים, אַנאַ שטערנשיס. די טעמע איז געווען „מיר שיסן די פֿאַשיסטן: סאָוועטישער ייִדישער פֿאָלקלאָר בעת דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟.
אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „קאָרפּוס‟ איז אַרויס אַ נײַע אויסגאַבע, „דאָס אומבאַקאַנטע ׳שוואַרצע בוך׳‟, וואָס שליסט אײַן צוגאָב־מאַטעריאַלן צו דעם באַקאַנטן „שוואַרצן בוך‟, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון די שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן און איליאַ ערענבורג. צווישן די צוגאָב־מאַטעריאַלן געפֿינען זיך דאָקומענטן, וואָס די צענזור האָט פֿאַרווערט צו פֿאַרעפֿנטלעכן; קודם־כּל, ידיעות וועגן די קאָלאַבאָראַטאָרן, וואָס האָבן געהאָלפֿן אומצוברענגען ייִדן. דער צונויפֿשטעלער פֿון דער נײַער אויסגאַבע איז איליאַ אַלטמאַן, דער הויפּט פֿונעם צענטער „חורבן‟. ער האָט צוגעגרייט דאָס בוך בשותּפֿות מיט איליאַ לעמפּערט פֿון ווילנע און גריגאָרי סמירין פֿון ריגע.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דעם 28סטן דעצעמבער איז אין מאָסקווער ייִדישן טעאַטער „שלום‟ פֿאָרגעקומען אַ פּרעמיערע פֿון אַ מאָדערנער לויט אַנאַטאָלי טרושקינס פּיעסע. די רייד גייט וועגן דער ליבע פֿון אַ ייִדיש־רוסיש פּאָרל און כּלערליי פּראָבלעמען, וואָס די יונגע לײַט שטויסן זיך אָן אין זיי. דאָס איז אַ פּיעסע וועגן טאָלעראַנץ, וועגן קאָנפֿליקטן צווישן פֿעלקער און, אַוודאי, דעם כּוח פֿון ליבע. דער רעזשיסאָר פֿון דעם ספּעקטאַקל איז דער אַקטיאָר מיכאַיִל צערישענקאָ.
די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿונעם טעאַטער „שלום‟ איז צו דערציילן דעם ברייטן עולם וועגן ייִדן אויף אַ פּראָסטער שפּראַך און פּשוטן סיפּור־מעשׂה, אָן פֿילאָסאָפֿישע קשיות און רעליגיעזע באַזונדערקייטן. לויט דער טראַדיציע פֿון שונד־טעאַטער זינגט מען און מע טאַנצט אַ סך; קיין קאָמפּליצירטע מאָנאָלאָגן זענען נישטאָ. די ספּעקטאַקלען שטעלן פֿאָר ייִדן פֿון אַ סימפּאַטישער און אַ ביסל אַ קאָמישער זײַט. די אַקטיאָרן שפּילן אויף רוסיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.