דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט אַ גרופּע לערער און געוועזענע תּלמידים פֿון אַ פּרעסטיזשפֿולער ירושלימער מיטלשול אַרויסגעלאָזט אַן עפֿנטלעכן בריוו, אין וועלכן זיי מוטיקן די תּלמידים פֿון דער „ישׂראלדיקער מיטלשול פֿאַר קונסט און וויסנשאַפֿט‟ ניט צו דינען אין צה׳׳ל, אַ פֿליכט, וואָס יעדער ישׂראלי דאַרף אויספֿירן. דער בריוו, אונטערגעחתמעט פֿון 60 מענטשן, האָט דערקלערט, אַז „צה׳׳ל דריקט אונטער מענטשן‟, „שאַפֿט אומגלײַכקייט און קאָרומפּטירט די סאָציאַלע ווערטן‟. דער בריוו האָט צומערסטן באַהאַנדלט די ישׂראלדיקע אָקופּאַציע פֿונעם מערבֿ־ברעג, אָבער ס׳האָט אויך באַצייכנט ישׂראלס הײַיאָריקע מיליטערישע אָפּעראַציע אין עזה „צוק איתן‟ (שטאַרקע פֿעלדזן) ווי אַ „שחיטה‟.
כאָטש ס׳רובֿ ישׂראלים שאַצן שטאַרק אָפּ דאָס דינען אין צ׳׳הל און האַלטן די פֿליכט ווי אַ וויכטיקן טייל פֿונעם לעבן, איז עס שוין דאָס דריטע מאָל, וואָס אַ גרופּע ישׂראלים האָבן הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אַן עפֿנטלעכן בריוו, וואָס קריטיקירט צה׳׳ל. אין מאַרץ האָבן צענדליקער מיטלשול־תּלמידים דערקלערט, אַז זיי זאָגן זיך אָפּ פֿונעם מיליטער־דינסט. אין סעפּטעמבער האָבן 43 הויך־ראַנגיקע אויסשפּיר־אַגענטן פֿונעם בכּבֿודיקן „איינהייט 8200‟ דערקלערט, אַז זיי וועלן מער ניט שפּיאָנירן נאָך די פּאַלעסטינער.
דער איצטיקער בריוו דערקלערט צום טייל: „דאָס אָפּזאָגן זיך מיינט, אַז מיר שטימען קעגן אַ פּאָליטיק, וואָס קען ניט טאָלערירט ווערן. אונטער אַ רעזשים, וואָס מײַדט אויס שאַנס פֿאַר דיפּלאָמאַטישער אָדער סאָציאַלער נאָרמאַלקייט; וואָס איגנאָרירט און רעפּרעסירט ריזיקע סאָציאַלע פּראָטעסטן - איז דאָס אָפּזאָגן זיך הײַנט - אַ מוטיקער און נייטיקער אַקט פֿון ציווילן ווידערשטאַנד קעגן פֿאַרברעכנס, וואָס ס׳איז ניט צו פֿאַרטראָגן‟.
לויט די, וואָס האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו, האָט די ראָלע פֿון צה׳׳ל זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד אין אַ כּוח צו רעגירן איבער די פּאַלעסטינער. „די אַרמיי איז געוואָרן אַ פּאָליציאַנטישע אַרמיי, וואָס רופֿט אַרויס פֿראַגעס בײַ עטישע מענטשן‟, האָט געזאָגט רעיה רתּום, אַ 70־יאָריקע לערערין פֿון ליטעראַטור אין דער „ישׂראלדיקער מיטלשול פֿאַר קונסט און וויסנשאַפֿט‟; זי האָט פֿאַרלוירן איר מאַן בעת דער „יום־כּיפּור מלחמה‟ אין 1973. „די אָקופּאַציע איז געוואָרן אַ נאָרמע און דאָס דערנידערט דעם מאָראַלישן ניוואָ‟, האָט זי ווײַטער דערקלערט.
ס׳רובֿ ישׂראלים זענען ניט מסכּים מיט די, וואָס האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו. לויט אַ פֿרישער אַנקעטע האַלטן 80% ישׁראלים, אַז מע טאָר ניט טאָלערירן די, וואָס זאָגן זיך אָפּ פֿון דינען אין צ׳׳הל. אין אַן אינטערוויו מיט „גלי צה׳׳ל‟, די ראַדיאָ־סטאַנציע פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, האָט דער וויצע דערציִונגס־מיניסטער אַבֿי וואָרצמאַן געזאָגט: „דאָס דינען אין צה׳׳ל דערמעגלעכט, אַז מיר זאָלן קענען וווינען אין אונדזער אייגן לאַנד. קיין שום גרופּע האָט ניט די פּריווילעגיע צו מאַכן אַזוינע באַשלוסן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.