„אַ ייִד דאַרף תּמיד זײַן גרייט, אַז עס קאָן זײַן נאָך ערגער‟ — דאָס אַלטע ייִדישע שפּריכוואָרט איז אַקטועל אויך אין הײַנטיקע טעג. שוין אָט 15 יאָר איז אַדורכגעפֿלויגן זינט די וועלט איז אַרײַן אין אַ נײַעם מילעניום. דעמאָלט האָט זיך געדאַכט: „נו אָט, סוף־כּל־סוף, דערלעבט צו אַ נײַעם יאָרטויזנט. איצט וועט שוין אַלץ גיין ווי געשמירט!‟ ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זײַנען די ייִדישע חכמים געווען גערעכט: גוט איז שוין געווען, זאָל שוין זײַן אַ ביסל בעסער!
די כינעזער — אויך נישט קיין נאַראָנים — האָבן אַ טבֿע אָנצורופֿן יעדן נײַעם יאָר מיט אַ נאָמען פֿון אַ חיה, למשל, אַ האָז צי אַ פֿערד, צי אַ קאַץ. דעם עולם אין דער וועלט געפֿעלט דער מינהג, און מענטשן צעכאַפּן אין די קראָמען די פּאַסיקע פֿיגורקעס פֿון „דעם יאָר‟. דאָס יאָר 2015 איז לויטן כינעזישן לוח, אָנגערופֿן געוואָרן לכּבֿוד דעם „צאַפּ‟.
ווען איך וואָלט געווען אַ כינעזער, וואָלט איך שוין גיכער אָנגערופֿן דאָס יאָר 2015 — „וואָלף‟. פֿאַרוואָס גאָר, וואָלף? ווײַל די צוקונפֿט פֿון אונדזער עקזיסטענץ איז גאָר נישט ענלעך צו אַ שטיל פֿעלד, אויף וועלכן עס פֿיטערן זיך ציגעלעך און צאַפּיקלעך; שוין גיכער אַ פֿינצטערער וואַלד, באַזעצט מיט ווילדע חיות, וואָס נישטערן און זוכן אַ נײַעם קרבן.
די איסלאַמיסטישע „קאַליפֿאַט‟־מלוכה דערנענטערט זיך אַלץ מער צו די גרענעצן פֿון ישׂראל, און קיינער קאָן נישט גאַראַנטירן, אַז די נײַע מערדער וועלן זיך נישט פֿאַראייניקן מיט די מערדער־וועטעראַנען פֿון „כאַמאַס‟ און „כעזבאָלאַ‟ אין די ראַמען פֿון אַ טעראָריסטישן אינטערנאַציאָנאַלן דזשיהאַד.
וואָס שייך גאַראַנטיעס, ווייסן מיר שוין, אַז זיי האָבן קיין שום ווערט נישט. אין דער „יו־ען‟ קאָכט מען כּסדר אַ מאכל, וואָס איז געדיכט פֿאַרמישט מיט אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען. מע מוז אָנערקענען, אַז די איינציקע מלוכה, וואָס איז מסוגל פֿון אונדז אָפּווענדן די גזירה, אָנגענומען אינעם זיכערהייט־ראַט, איז די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צו מאַכן קאַליע די גוטע באַציִונגען מיט אַמעריקע, קאָן נאָר אַ יאָלד. עס וואָלט געווען נישט איבעריק פֿאַר די פּאָליטיקער, וואָס רײַסן זיך איצט, בעת די נײַע וואַלן, צו פֿאַרכאַפּן די פֿאָטעלן אין דער כּנסת, דאָס אין זינען צו האָבן.
אַגבֿ, האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, געוואָרנט אויסצומײַדן די אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע מעשׂים, וועלכע קאָנען צעשטערן אָט די לעבנס־וויכטיקע באַציִונגען; ס‘האָט זיך אָבער ווייניק ווער צו דעם צוגעהערט. זײַן איניציאַטיוו זיך אויסצוטוישן מיט דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג און מיט זייערע שטחים, וואָס וואָלט געקאָנט ווערן אַ יסוד צו אַ שלום און אַן אָנהייב אָנצושטעלן נאָרמאַלע באַציִונגען מיט די פֿירנדיקע לענדער פֿון דעם ראַיאָן — אָט די איניציאַטיוו זײַנע איז בפֿירוש אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן מצד דער מאַכט.
וואָס זשע האָבן מיר הײַנט? די וואַלן דעם 17 מאַרץ זײַנען שוין בײַ דער שוועל, און די וואַל־קאַמפּאַניע איז אין פֿולן ברען. עס וואַרטן נאָך אונדז גענוג אומאָנגענעמע סורפּריזן, אָבער שוין איצט האָט די פּאָליציי ווידער אַרויסגערוקט אַ באַשולדיקונג אין קאָרופּציע קעגן דער פֿירערשאַפֿט פֿון „ישׂראל־ביתּנו‟. די דאָזיקע אַקציעס מצד דער פּאָליציי וועלן בלי־ספֿק ברענגען אַן ערנסטן שאָדן נישט נאָר די פֿירער, נאָר דער גאַנצער פּאַרטיי, בפֿרט אין אַ צײַט, ווען אַלץ איז אַזוי אָנגעשטרענגט.
דער מצבֿ איצט אין ישׂראל דערמאָנט דאָס קינדער־מעשׂהלע, וואָס דערציילט וועגן צוויי אײַנגעשפּאַרטע צאַפּיקלעך. זיי האָבן זיך באַגעגנט אין מיטן אַ בריקל, און זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די קעפּ, נישט וועלנדיק אָפּטרעטן איינער דעם אַנדערן דעם וועג. דער סוף איז געווען, אַז ביידע זײַנען זיי אַרײַנגעפֿאַלן אינעם טײַך.
לאָמיר האָפֿן, אַז אינעם יאָר פֿון אַ „צאַפּ‟, וועלן די מענטשן זיך באַמיִען אויסצומײַדן סיטואַציעס פֿון נאַרישן עקשנות און טיפּשות; אַנדערש וועלן מיר אַלע אַרײַנפֿאַלן אין אַ טיפֿן טייטלעכן תּהום.
אין ייִדיש — ב. קאָטיק
דוד מאַרקיש, דער זון פֿון פּרץ מאַרקיש, איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט פֿון דער עלעקטראָנישער צײַטונג „מיר זײַנען דאָ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.