אַ באַריכט פֿון דער בריטישער רעגירונג האָט מאָנטיק געמאָלדן וועגן אַ ריי סוקצעסן אינעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם.
אין דער זעלבער וואָך זענען אָבער מער ווי 20 אויטאָס און בנינים פֿאַרשמירט געוואָרן מיט האַקנקרייצן אין דער חסידישער סטאָוק־נויִנגטאָן געגנט אין צפֿון־לאָנדאָן, האָט איבערגעגעבן The Daily Mail. בערך 20,000 ייִדן וווינען אין דער געגנט.
אַ 32־יאָריקער מאַן איז דינסטיק אַרעסטירט געוואָרן אין פֿאַרבינדונג מיטן וואַנדאַליזם.
דער באַריכט, וואָס באַטאָנט, אַז אין בריטאַניע געפֿינט זיך ווייניקער אַנטיסעמיטיזם ווי אין אַלע אַנדערע מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער, לייגט פֿאָר צו באַשטימען מער פֿאָנדן פֿאַר גרעסערע זיכערהייט־מיטלען פֿאַר די ייִדישע שולן, און דורכפֿירן שטרענגערע שטראָפֿמיטלען פֿאַר שׂינאה־פֿאַרברעכנס דורך דער אינטערנעץ, האָט איבערגעגעבן די צײַטונג Daily Express.
עריק פּיקלס, דער סעקרעטאַר פֿונעם דעפּאַרטאַמענט פֿון ייִשובֿים און מוניציפּאַליטעטן, האָט דערקלערט, אַז מע וועט אײַנפֿירן נײַע מיטלען אויסצוראָטן אַנטיסעמיטיזם אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, און אויך אַ נײַע תּקנה, אַז די תּלמידים פֿון אַלע שולן אין לאַנד וועלן מוזן זיך לערנען וועגן דעם חורבן. דער באַריכט גיט צו, אַז אַ נײַער קאָמיטעט וועט זיך פֿאַרנעמען מיטן דאָקומענטירן און באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם אויף דער אינטערנעץ.
בעת אַ קאָנפֿערענץ אין ירושלים דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט דער דירעקטאָר פֿון BBC TV, דני כּהן, געזאָגט דער נײַעס־מאָדעראַטאָרין פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, יונית לווי, אַז ער אַליין זאָרגט זיך, צי די ייִדן האָבן טאַקע אַ צוקונפֿט אין בריטאַניע. „איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געפֿילט אַזאַ אומבאַהאָלפֿנקייט ווי אַ ייִד אין ענגלאַנד, אַזוי ווי איך האָב עס געפֿילט אין די לעצטע 12 חדשים,‟ האָט כּהן געזאָגט. „איך הייב שוין אָן צו קלערן, צי ענגלאַנד איז טאַקע אַ היים פֿאַר אונדז.‟
BBC איז אַליין קריטיקירט געוואָרן צוליב דעם נישט־אָביעקטיוון אופֿן ווי אַזוי די סטאַנציע האָט איבערגעגעבן די נײַעס וועגן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. אין יולי און אויגוסט זענען פֿאָרגעקומען 543 אַנטיסעמיטישע אַקציעס אין בריטאַניע. צווישן די אַקציעס: פֿיזישע אַטאַקן, וואַנדאַליזם און גראַפֿיטי. געוויסע אָבסערוואַטאָרן האָבן געטענהט, אַז די מעדיאַ האָט טאַקע געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿהעצן די שטימונג קעגן די אָרטיקע ייִדן.
אַ טייל בלאָגערס האָבן געטענהט, אַז כּהן, ווי אַ הויך־ראַנגיקער אין דער BBC, וואָלט אַליין געמעגט אויסניצן זײַן הויכע פּאָזיציע צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן. אַהרן ווײַט, פֿון Times of Israel, האָט געשריבן, אַז BBC וואָלט געמעגט אַרויסשטעלן מער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ישׂראלים, וועלכע זענען דערהרגעט געוואָרן אין די טעראָריסטישע אַטאַקן, און נישט בלויז בילדער פֿון די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. ער האָט אויך געעצהט, אַז די סטאַנציע זאָל פּראָדוצירן אַן אָביעקטיוון דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן „כאַמאַס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.