מימי שעראַטאָן, אַ באַקאַנטע גורמאַנשע און מחברטע פֿון רעצעפּט־ביכער, האָט אַמאָל פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן אַרטיקל אין דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, וווּ זי באַשרײַבט פּרטימדיק די אַמאָליקע ניו־יאָרקער בייגל. זי באַקלאָגט זיך, אַז זי געדענק גאַנץ גוט זייער טעם־גן־עדן, וואָס אינעם נײַעם דור איז נישט בנימצא און אויף אייביק פֿאַרלוירן.
שעראַטאָנס אַרטיקל איז דערשינען אינעם יאָר 2011. הײַנט, מיט דרײַ און האַלב יאָר שפּעטער, האָט זיך אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן אַ מין „בייגל־רענעסאַנס‟. אַ צאָל באַגאַבטע איבערגעגעבענע בעקער האָבן באַשלאָסן „מחיה־מתים‟ צו זײַן די אַמאָליקע באַרימטע קליינע און געדיכטע בייגל. ריטש טאָריסי, מאַריאָ קאַרבאָנע און דזשעף זאַלאַזניק, די בעלי־בתּים פֿון אַ צאָל אינאָוואַטאָרישע רעסטאָראַנען אין מאַנהעטן, האָבן אָפּגעבאַקן אויסערגעוויינטלעך געשמאַקע בייגל בשותּפֿות מיט דער בעקערין מעליסאַ וועלער.
ווען וועלער האָט פֿאָרגעלייגט איר סחורה בעת אַ שפּײַז־יריד אויפֿן ברוקלינער מאַרק „סמאָרגאַסבורג‟, האָבן די בייגל כּמעט מאָמענטאַל אויסגענומען צווישן די גורמאַנען. הײַיאָר פּלאַנירן די שותּפֿים צו עפֿענען אַ נײַע קראָם, וווּ מע וועט פֿאַרקויפֿן די וווּנדערלעכע בייגל — אַדוואי, באַגלייט מיט אַ ספּעציעל היימיש שמירעכץ.
אין דער זעלבער צײַט, פּלאַנירט נח בערנאַמאָף, דער בעל־הבית פֿון דער דעליקאַטעסן־קראָם Mile End, באַגײַסטערט פֿונעם מאָנטרעאָלער סטיל, צו פֿאַרברייטערן זײַן בייגל־געשעפֿט Black Seed איבער גאַנץ ניו־יאָרק און, מעגלעך, צו „עקספּאָרטירן‟ זיי אין אַנדערע שטעט. אין בערנאַמאָפֿס מאַנהעטענער געשעפֿט פֿאַרקויפֿט מען אַ מין היבריד פֿון די קלאַסישע אַלטמאָדישע האַנט־געראָלטע ניו־יאָרקער בייגל פֿון דער מאָנטעראָלער שיטה, לויט וועלכער מע קאָכט די בייגל אין האָניק און דערנאָל בראָט מען זיי אויפֿן פֿײַער.
נישט בלויז אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר אַזאַ „בייגל־רענעסאַנס‟. אין מעלבורן, אויסטראַליע, האָט זאבֿ פֿאָרמאַן, אַ געבוירענער אין ניו־דזשערזי, געפֿונען לעצטנס דעם ערשטן שטענדיקן בנין פֿאַר זײַן פּאָפּולערן בייגל־קיאָסק 5 & Dime. די דערמאָנטע קראָמען לייגט פֿאָר פּראָדוקטן, וואָס זענען בעצם גאַנץ נאָענט צו שעראַטאָנס שילדערונגען, באַגײַסטערט פֿון די אַלטע עכטע בייגל, מיט וועלכער די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון פּוילן פֿלעגן זיך פּאָסמאַקעווען אויף די גאַסן פֿונעם נידער־מיזרחדיקן מאַנהעטן. האָפֿנטלעך, וועט די מחברטע פֿון קולינאַרישע ביכער קאָנען אינעם נײַעם יאָר לעשן איר נאָסטאַלגישן הונגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.